התרגשות'דיגע מעמד פרידה דורך ק"ק עדת ישראל אין מעלבוירן פונעם אלטן שול נאך דער ארסאן אטאקע
מיטוואך פרשת ויצא • ח' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
אינעם ווייטן אויסטראליע איז דעם זונטאג אפגעהאלטן געווארן רירנדע מעמד פרידה אין ביהמ"ד עדת ישראל אין שפיץ פונעם מרא דאתרא הגה"צ רבי שלמה קאהן שליט"א גאב"ד מעלבארן, וואו מען האט זיך געזעגנט פונעם אלטן שול וואס וועט אראפגעווארפן ווערן נאכן שרעקליכע ארסאן אטאקע פאר צוויי יאר צוריק.
צווישן די פארברענטע ווענט האט דער רב געהאלטן א דרשה מיט דברי פרידה, רופנדיג זיך צו מחזק זיין אין כבוד ביהמ"ד, דערנאך האט מען געדאווענט דעם לעצטן תפילת מנחה בעפאר די ווענט וועלן אראפגעווארפן ווערן.
די שול איז פארניכטעט געווארן מיט צוויי יאר צוריק דורך ארסאניסטן וועלכע האבן עס אונטערגעצינדן, און זינט דעמאלט דאווענט די קהילה אין א צייטווייליגע ביהמ"ד. די בוי ארבעט פון דער נייער שול ווען זיך אנהייבן אין די קומענדיגע וואכן מיט די האפענונג צו זיין געענדיגט ביז 2-3 יאר.















תגובות