top of page
האד' מצאנז קלויזענבורג באזוכט אין נייעם פראכטפולן ביהמ"ד דחסיד צאנז קלויזענבורג שכונת בעיטס אין מאנסי
דאנערשטאג פ' בהעלותך • י''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך מאנטאג בעת כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א הא זיך געפונען אין שטאט מאנסי לרגל א שמחה ביי איינע פון די חסידים, איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין די נייע פראכטפולער ביהמ"ד דחסידי צאנז קלויזענבורג אין שכונת בעיטס אין שטאט, וואס איז אין די יעצטיגער טעג פארענדיגט געווארן כלול בהדרו. די רבי איז געווען אפגעווארט דורך די עסקנים חשובים אין שפיץ פון העסקן הנמרץ הרב משה פעלבערבוים הי"ו וועלכע האט ארומגעוויזן דעם רבי'ן א


הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו איז מנדב שפאגל נייע חתונה זאל בתוככי בנין הת"ת דסאטמאר - בארא פארק בנין ליפא פריעדמאן
דאנערשטאג פ' בהעלותך • י''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט א שטראם פון שמחה טוהן תלמידי וחסידי סאטמאר ווידעראמאל אויפנעמען מיט פרייד איבער נאך א רינגעלע פון פאנטאסטישע נדבות דורכן איש חיל הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן שליט"א, זוהן פונעם לעגאנדארן משב"ק לבית סאטמאר הרבני החסיד ר' משה פריעדמאן שליט"א, וועלכער האט נעכטן מיטוואך נאכט ביים עלעגאנטן מסיבת שבע ברכות וואס ער האט אפגעראכטן בנישואי בתו הכלה, אינאיינעם מיט די סעודה לגומרה של תורה לרגל די הכנסת ספר תורה וואס ער האט אריינגע


האד' מסאטמאר ביי קביעות מזוזה אין נייעם "מצילי אש" סטאנציע אין קרית יואל
דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין פאלאפענעם מוצאי שבת איז פארגעקומען א שיינעם מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אינעם נייעם מצילי אש סטאנציע אין קרית יואל אין שפיץ פון די מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. פריער מוצאי שבת בעת די זמני כניסה אריין בקודש פנימה צום רבי'ן די רבני וחברי הנהלת מצילי אש דקרית יואל איינצולאדענען דעם רבי'ן צום מעמד קביעות מזוזה אינעם נייעם מצילי אש סטאנציע אויף די מירון גאס, וואו עס איז פארצויגן געווארן א שיינע


שיינעם מעמד קביעת מזוזה דורך האד' מבאבוב-45 אין די רענסטעסטיק הויפטקווארטיר אין ניו דזשערסי
דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ,JDN פארלאפאנעם וואך האט כ"'ק אדמו"ר מבאבוב -45 שליט"א אפגעראכטן א מעמד קביעת מזוזות און מסיבת לחיים אין די גיגאנטישע רענסטעסטיק פארטי רענטעל הויפטקווארטיר וואס האט זיך נישט לאנג צוריק אריינגעצויגן צו א רחבות'דיגע לאקאל אין ניו דזשערסי, א סטראטעגישע לאקאציע צווישן די חרדישע געגענטער. דער רבי שליט"א וואס איז געווען על אם הדרך אויפן וועג אהיים קיין בארא פארק נאכן וויילן אין מאנסי אויף אפרוה, האט אפגעש


האד' מבאבוב-45 נעמט אונטער בליץ-באזוך קיין לאנדאן לרגל הנחת אבן הפנה פון נייעם ביהמ"ד הגדול באבוב-45 אין שטאט
מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט געשפאנטע עקסטאז ווערט אויפגענומען ביי חסידי באבוב-45 תושבי לאנדאן די פריידיגע בשורה איבער'ן בליץ-באזוך דורך רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א אין שטאט, צו באשיינען דער מעמד נהדר הנחת אבן הפנה פונעם נייעם גיגאנטישן צענטראלן ביהמ"ד דחסידי באבוב-45 אין עיר הבירה לאנדאן. דער פראיעקט פונעם נייעם ביהמ"ד גייט שוין א שטיק צייט, ווען די עסקני הקהלה האבן זיך אריינגעווארפן אין א גרויסארטיגע אונטערנעמונג פון הרחבת גבולי הקודש, אויפצ


והראנו בבנינו: האד' מוויזניץ רעכט אפ התרגשות'דיגע באזוך ביי גאלאפירנדע בוי-ארבעט פון נייעם "מרכז העולמי ישועות משה"
מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער מיט קוועלנדע רגשי קודש האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אפגעראכטן א לענגערע באזוך ביים מאסיוון בוי-פראיעקט פונעם נייעם גיגאנטישן "מרכז העולמי" דחסידי וויזניץ וואס בויט זיך מיט גאלאפירנדע אימפעט אויף רחוב שלמה המלך אין בני ברק, ווען עס איז שוין פולקאם ארויפגעצויגן דריי שטאקן, און די ארבעט רוקט זיך פאראויס מיט גאר שנעלע פארשריט. מאנטאג נשא א' ב' סיון ארום דריי אזייגער נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען


האיר פני המזרח: היסטארישע אנטוויקלונג אין קהלת "פני מנחם" מיט'ן ערהאלטן פון שטאטראט שטח אדיר אין הארץ פון ירושלים
דאנערשטאג פ' נשא ב' • י''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א היסטארישע אנטוויקלונג אינערהאלב קהלת פני מנחם בראשות ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלטר שליט"א, איז אין די יעצטיגע טעג ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן דורך די שטאטראט אין ירושלים אוועקצושענקען פאר קהלת פני מנחם א ריזן גיגאנטישער שטח אין הארץ פון ירושלים, וואו ס'וועט אויפגעבויט ווערן דער נייער מרכז גדול לתורה ולתפלה דקהל פני מנחם. די רעדע איז פון א ריזן שטח אויף רחוב תורה מציון, וואס האט ביז היינט געהערט צו די שטאטראט, און ס'אי


חסידי ראחמיסטריווקא אונטערן טיפן רושם נאך געהויבענעם "שבת חנוכת הבית" פון נייעם "מחנה אהל יצחק" אין עלענוויל
מאנטאג פ' נשא ב' • ט' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN מיט התרגשות'דיגע געפילן האבן הונדערטער ראחמיסטריווקא חסידים מיטגעהאלטן פארלאפענעם שבת פרשת במדבר דעם געהויבענעם שבת התוועדות וואס איז אפגעראכטן געווארן בראשות כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אינאיינעם מיטן שבת חנוכת הבית פון דעם נייעם קעמפ פראכטפולער קעמפ מחנה אהל יצחק אין עלענוויל, על שמו וזכרו פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל. די גאנצע שבת איז פאריבער מיט גרויס התרוממות הנפש מבואו ועד צאתו, א שבת וו


אברכי וויען אין בארא פארק ציען זיך אריין אין גרויסן וויענער שוהל אויף 50 סט. צוליב מאנגל אין פלאץ אין ביז יעצטיגע ביהמ"ד
זונטאג פ' נשא ב' • ח' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בחצר הקודש וויען איז דעם ערב יום טוב שבועות געמאלדן געווארן די פרייליכע נייעס אז אברכי חסידי וויען תושבי בארא פארק וועלן זיך קובע מקום זיין אין די בית הכנסת "עדת יראים" וויען אויף די פופציגסטע גאס אין בארא פארק, וואס וועט דינען אלס נייע ביהמ"ד ומקום תורה פאר תלמידי וחסידי וויען אין שטאט בארא פארק. די פרייליכע בשורה קומט נאכדעם וואס די אברכים האבען געדאווענט אין זייער אייגענע ביהמ"ד, זכרון יהודה, פאר איבער צוואנציג יאר, אבער אין


גראנדיעזע באנקעט אפגעהאלטן אין מאנסי פאר ניי-געגרינדעטע "ישיבה גבוה דפאפא"
זונטאג פ' נשא ב' • ח' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש ווי ברייט באריכטעט איז פאריגן זונטאג במדבר אפגעהאלטן געווארן א גייסטרייכע ועידה און באנקעט מיט'ן נאמען "ערב גבוה" לטובת די נייע "ישיבה גבוה" וואס איז נתייסד געווארן צום אנהייב פונעם היי-יעריגן שנת הלימודים תשפ"ו, און דינט אלס הערליכע מסגרת הישיבה פאר די בחורים מופלגים פון די פאפא ישיבה נאכ'ן דורכגיין די ישיבה יארן אין קרית פאפא. די מסיבה איז פארגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יושע דייטש הי"ו אין וויליאמסבורג, געאייגנט פאר די


האד' מצאנז קלויזענבורג באזוכט בוי ארבעט פון נייע גיגאנטישע בנין התלמוד תורה צאנז קלויזענבורג אין לעיקוואד
דינסטאג פ' נשא א' • ג' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש דורכאויס פארלאפענעם וואך פ' במדבר האט כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א זיך געפונען בביתו נאווה קודש אין די טאמס ריווער געגענט נעבן לעיקוואד למנוחת הנפש. פרייטאג ערב שבת איידערן זיך אומקערן קיין בארא פארק איז דער רבי שליט''א אנגעקומען אויף א באזוך אינעם נייעם גיגאנטישן תלמוד תורה געביידע דחסידי צאנז קלויזענבורג אין קרית צאנז לעיקוואד, וואו דער רבי האט געהערט א באריכט פון די עסקנים איבער די לעצטע שטאפעלן ביי די בוי ארבעט, צו פ


להוסיף על העזרות: ריזן באלקאן פארנט פון ביהמ"ד הגדול ד'קרית יואל אריינגענומען אלס א טייל פונעם היכל הביהמ"ד
דינסטאג פ' נשא א' • ג' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם מוצאי ל"ג בעומר, נאך איידער מ'האט פארענדיגט אפרייניגן דעם גרויסן באדן ארום דעם ביהמ"ד הגדול דקרית יואל פונעם גרויסן מעמד ההדלקה לכבוד היום, האט מען גלייך אנגעהויבן מיט די מאסיווע קאנסטרוקציע־ארבעט, דאס מאל אויפ'ן "פארטש" פונעם היכל הביהמ"ד הגדול, צו קענען ארייננעמען אויך דעם טייל אלס א חלק פונעם ביהמ"ד, אזוי צו קענען צולייגן צום ביהמ"ד נאך הונדערטער זיץ־פלעצער, צו קענען בעזהשי"ת אקאמאדירן די אלפי ישראל וואס זענען ערו


מעמד יציקת היסודות פארן בנין החדש "משכן חוה פעסיל" אין מחנה אהל ברוך קראסנא פארגעקומען ל"ג בעומר
זונטאג פ' נשא א' • א' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך אינעם גרויסן טאג פון ל"ג בעומר איז פארגעקומען די מעמד יציקת היסודות פאר די נייע בנין האדיר משכן חוה פעסיל אין מחנה אהל ברוך קראסנא אין מאנטיסעלא, אינאיינעם מיטן הדלקה לכבוד ל"ג בעומר מיט די באטייליגונג פון די הונדערטער ילדי הת"ת קראסנא, אין שפיץ פון מנהיג העדה הגה"צ אבד"ק קראסנא שליט"א. די הערליכע מעמד האט אפגעציינט א פרישע קאפיטל בקורות ימי מחנה אהל ברוך, ווען מען האט געגאסן די יסודות פארן אכסניא של תורה וואס וו


ק"ק דושינסקיא נעמט שריט צו אראפברענגען הויכע פרייזן צו ארויסדינגען דירות אויף ימים טובים
זונטאג פ' נשא א' • א' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בחצר הקודש דושינסקיא איז אין די יעצטיגער טעג בעפאר יום טוב שבועות פראקלאמירט געווארן די נייע תקנות צו לעזן די שרעקליך-הויכע פרייזן און מאנגל פון דירות צו דינגען אין ירושלים עיה"ק אויף יום טוב. דער פראבלעם פון די הויכע דירה פרייזן אין די ימים טובים איז געווארן שטערקער די לעצטערע יארן, ווען דער ציבור וואקסט בליעה"ר, און די בעלי הדירות ערלויבן זיך צו רייטן אויפ'ן צורך און שרויפן ארויף די פרייזן צו אבנארמאלע און אומדערהייבליכע ציפער


לזכר עולם: האד' מסאטמאר איז קורא שם פון נייעם סאטמארער ישוב אין מאנטיסעלא מיטן נאמען "קרית משה"
מיטוואך פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי סאטמאר אומעטום נעמען אויף מיט התרגשות די ידיעה אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אין די יעצטיגע טעג קורא שם געווען אויפ'ן נייעם סאטמארער ישוב וואס בויט זיך אין מאנטיסעלא, מיט'ן נאמען "קרית משה" על שמו ולזכרו פון מרן אביו הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע. שוין א לענגערע צייט וואס סאטמארער חסידים האלטן מיט דעם התייסדות פונעם נייעם ישוב וואס בויט זיך אין מאנטיסעלא, הארט נעבן די בארימטע סאטמארער זומער-קריה "קרית ויואל משה - איח


מרבה ישיבה: חסידי פאפא פאלגן נאך מוצלח'דיגע סוקסעס פון ניי-געגרינדעטע "ישיבה גבוה דפאפא"
דינסטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בקרב חסידי פאפא ווערט מיט גרויס צופרידנהייט נאכגעפאלגט די מוצלח'דיגע אנטוויקלונג פון די נייע "ישיבה גבוה" וואס איז נתייסד געווארן צום אנהייב פונעם היי-יעריגן שנת הלימודים תשפ"ו, און דינט אלס הערליכע מסגרת הישיבה פאר די בחורים מופלגים פון די פאפא ישיבה נאכ'ן דורכגיין די ישיבה יארן אין קרית פאפא. די ישיבה איז געגרינדעט געווארן בעידודו וברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, לאור די דברות קודש וואס דער רבי שליט"א האט משמיע געווען


מעמד הנחת אבן הפינה פאר נייע בנין תלמוד תורה בעלזא אין שטאט מאנסי אפגעראכטן דורך האד' האד' מבעלזא בריחוק מקום
מאנטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די ראמען פון דעם געהויבענעם שבת "היכלא דמלכא" פאר די נגידים ותומכים לבית בעלזא, זענען די עסקנים און נדיבים פון קהילה קדושה בעלזא אין מאנסי, אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א ערב שבת אינעם האטעל, וואו זיי האבן זיך אונטערגענומען אינאיינעם די אסטראנאמישע סומע פון צען מיליאן דאלער, פארן ערשטן שלב פון דעם נייעם מאיעסטעטישן בנין התלמוד תורה וואס וועט געבויעט ווערן אין מאנסי, אין צוגאב צו די ריזיגע געלטער וואס זיי הא


האד' מבאבוב 45 וועט פראווען שבת מיוחדת אין די HCS רעזארט פאר נדבנים פונעם נייעם גיגאנטישן קעמפ "מחנה באבוב-45"
זונטאג פ' במדבר • כ''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש הונדערטער חסידי באבוב־45 גרייטן זיך מיט א הכנה דרבה מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת וואס כ"ק אדמו"ר מבאבוב־45 שליט"א וועט פראווען אויף די קעטסקיל בערג קומענדיגע שב"ק פרשת במדבר, וואס וועט זיין א געהויבענע געלעגנהייט זיך מסתופף צו זיין בצל הקודש אויף א פריוואטן פארנעם. דער רבי שליט"א האט אונטערגענומען צו פראווען דעם געהויבענעם שבת צוזאמען מיט די תומכים ומחזיקים פון די הייליגע מוסדות, לרגל דעם מגבית אדירה וואס איז אין די טעג געלאזט


חסידי ראחמיסטריווקא גרייטן זיך צום געהויבענעם "שבת חנוכת הבית" אין מחנה אהל יצחק בראשות האד' מראחמיסטריווקא
מוצאי שב"ק פ' בהר בחוקתי • כ''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש הונדערטער ראחמיסטריווקער חסידים פון אלע שטעט האבן אין די טעג זיך שוין איינגעשריבן מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם "שבת חנוכת הבית" אינעם נייעם קעמפ "מחנה אהל יצחק" וואס וועט אפגעראכטן ווערן קומענדיגן שב"ק פרשת במדבר בצל כ"ק אדמו"ר מרחמיסטריווקא שליט"א, אויף וואס דער ציבור קוקט ארויס מיט געהויבענע געפילן. די נייע גיגאנטישע מחנה "אהל יוחנן ראחמיסטריווקא" אין עלענוויל, ווערט אויפגעבויט מיט א פולע קאמפלעקס פון בנינים מפוארים און


שיינעם מעמד קביעת מזוזה דורך גאב"ד מאקאווא אין די רענסטעסטיק פארטי רענטעל הויפטקווארטיר אין ניו דזשערסי
פרייטאג פ' בהר בחוקתי • כ''א אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN פארלאפאנעם וואך בעת כ"'ק גאב"ד מאקאווא שליט"א איז געווען צוגאסט אין אמעריקא איז דער רב שליט"א איינגעלאדענט געווארן אויף א מעמד קביעת מזוזות און מסיבת לחיים צום חנוכת הבית אין די רענסטעסטיק פארטי רענטעל הויפטקווארטיר וואס האט זיך אריינגעצויגן צו א רחבות'דיגע לאקאל אין ניו דזשערסי, א סטראטעגישע לאקאציע צווישן די חרדישע געגענטער. די רענטעסטיק פירמע איז היינט ברייט באקאנט מיט איר אויסוואל פון


bottom of page
