top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר ביי קביעות מזוזה אין נייעם "מצילי אש" סטאנציע אין קרית יואל

  • 2 ביוני
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין

פאלאפענעם מוצאי שבת איז פארגעקומען א שיינעם מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אינעם נייעם מצילי אש סטאנציע אין קרית יואל אין שפיץ פון די מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


פריער מוצאי שבת בעת די זמני כניסה אריין בקודש פנימה צום רבי'ן די רבני וחברי הנהלת מצילי אש דקרית יואל איינצולאדענען דעם רבי'ן צום מעמד קביעות מזוזה אינעם נייעם מצילי אש סטאנציע אויף די מירון גאס, וואו עס איז פארצויגן געווארן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע און די פילע פעולות לטובה פון מצילי אש במשך די לעצטע פינף און צוואנציג יאר, דערנאך האט דער רבי געבענטשט מטבעות לשמירה ולהצלחה פאר אלע געטרייע וואלונטירן חברי מצילי אש.


שפעטער ביים אנקומען אינעם פייער סטאנציע האט העסקן הרב גדלי' סעגעדין הי"ו - חבר הנהלת הקריה, געוויזן פארן רבי'ן שליט"א די פרישע פייער טראקס מיט פילע איינריכטונגען צו קענען פארגרינגערן די רעטונג אפעראציעס על כל צרה שלא תבוא. דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן אריינגאנג צום סטאנציע, נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים מיט די באטייליגונג פון אלע חברי מצילי אש.


  עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ דינוב קרית יואל ומרבני חברי מצילי אש, וועלכער האט באגריסט דעם רבי'ן מיט פאסיגע דברי ברכה. דער רבי האט געטרינקען לחיים און דאן משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק יברכך ה' וישמרך און ארויסגעברענגט די זכי' וואס די חברי מצילי אש האבן מיטן מקיים זיין די מצוה פון הצלת נפשות ממש און אזוי אויך הצלת ממון ישראל, און שטארק ארויסגעברענגט לשבח פון די "קרית יואל מצילי אש" וועלכע פירן זיך ע"פ תורה אויף טריט און שריט לויט די הוראות פונעם דיין הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א און די אנדערע רבני מצילי אש וועלכע לערנען כסדר פאר שיעורים פאר די וואלונטירן לדעת המשעה אשר יעשון.


דער רבי האט ארויסגעברענגט הכרת הטוב וואס די טויזענטער איינוואוינער אין קרית יואל שפירן פאר די געטרייע וואלאונטירן פון מצילי אש, וואס גיבן זיך אוועק בלב ונפש צו שטיין על המשמר און ארויסהעלפן די איינוואוינער סיי ווען, און ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די חברי מצילי אש זיך צו פירן ווי עס פאסט פאר א שומר העיר, האבן שיעורי תורה, וכו', און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די הנהלת הקריה וועלכע שטייען צוהילף אלעמאל און אנגעוואונטשן מען זאל נישט דארפן צוקומען צו ניצן מצילי אש, און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר אלע חברי מצילי אש. צום שלוס זענען אלע חברי מצילי אש אריבער, און דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות לשמירה ולהצלחה.



תגובות


bottom of page