מעמד יציקת היסודות פארן בנין החדש "משכן חוה פעסיל" אין מחנה אהל ברוך קראסנא פארגעקומען ל"ג בעומר
- לפני 3 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' נשא א' • א' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם וואך אינעם גרויסן טאג פון ל"ג בעומר איז פארגעקומען די מעמד יציקת היסודות פאר די נייע בנין האדיר משכן חוה פעסיל אין מחנה אהל ברוך קראסנא אין מאנטיסעלא, אינאיינעם מיטן הדלקה לכבוד ל"ג בעומר מיט די באטייליגונג פון די הונדערטער ילדי הת"ת קראסנא, אין שפיץ פון מנהיג העדה הגה"צ אבד"ק קראסנא שליט"א.
די הערליכע מעמד האט אפגעציינט א פרישע קאפיטל בקורות ימי מחנה אהל ברוך, ווען מען האט געגאסן די יסודות פארן אכסניא של תורה וואס וועט דינען די ילדי תשב”ר וועלכע פארוויילן במשכן זוממער אין קעמפ.
דער מעמד האט זיך געעפנט מיט פאסיגע דברי פתיחה דורכן חשובן מנהל הרב אלי יצחק ראזענבערג שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן מאמענט ווי מען שטייט היינט מיטן אויפבוי פון דעם בנין אדיר ומפואר.
דערנאך האט דער מנהל אויסגערופן הרה"ג ר' יוסף יעקב מאנדלאוויטש שליט"א, מנהל כללי מוסדות מאנטיסעלאו, וועלכער האט ארומגערעדט איבער וואס דער בנין מיינט פאר מאנטיסעלאו, און אויך מיטגעטיילט זיינע זכרונות פון זיינע יונגט יארן אלס תלמיד אין מחנה אהל ברוך.
דערנאך האט מען זוכה געווען צו הערן דברי ברכה פונעם קראסנא רב שליט"א, וועלכער האט ארומגערעדט איבער דעם געוואלדיגן מאמענט ווי מען שטייט אצינד, און געדאנקט דעם רבש"ע על כל החסד ועל כל החסדים, אז מען האלט שוין דא.
איידער'ן צוטרעטן צום הויכפונקט פונעם מעמד — דאס גיסן די יסודות הבנין — האט מען געזינגען ווארימע ניגונים. און דערנאך האט דער רב שליט''א געגאסן דעם יסוד, און מזכיר געווען נשמת זקינו דער קראסנא רב זי"ע, אביו דער פריערדיגע קראסנא רב ז''ל, און נשמת קדושי עיר קראסנא הי"ד.
דערנאך האט מען מכבד געווען צו גיסן די תומכים, נדיבים, מלמדים והנהלת המחנה. ביים ענדע פונעם מעמד האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ אויף די ניגון "בורא עולם בקנין השלם זה הבנין".
תיכף נאכן מעמד איז מען צוגעגאנגען צום הדלקה רבתי לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי זי"ע. די זכות הדלקה איז געקויפט געווארן דורך תלמידי כתה ט', וועלכע האבן געלערנט איבער 150 שעות רצופות, און זיי האבן מכבד געווען דעם רב שליט"א מיט'ן צינדן.
ביים מעמד האט זיך אויך באטייליגט דער שעריף פון סאליווען קאונטי, וועלכער שטייט צו די רעכטע האנט פונעם קעמפ דורכאויס דעם גאנצן יאר, און איז שיין באגריסט געווארן דורך די הנהלת המחנה.


























