top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאבוב 45 וועט פראווען שבת מיוחדת אין די HCS רעזארט פאר נדבנים פונעם נייעם גיגאנטישן קעמפ "מחנה באבוב-45"

  • לפני 8 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' במדבר • כ''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

הונדערטער חסידי באבוב־45 גרייטן זיך מיט א הכנה דרבה מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת וואס כ"ק אדמו"ר מבאבוב־45 שליט"א וועט פראווען אויף די קעטסקיל בערג קומענדיגע שב"ק פרשת במדבר, וואס וועט זיין א געהויבענע געלעגנהייט זיך מסתופף צו זיין בצל הקודש אויף א פריוואטן פארנעם.


דער רבי שליט"א האט אונטערגענומען צו פראווען דעם געהויבענעם שבת צוזאמען מיט די תומכים ומחזיקים פון די הייליגע מוסדות, לרגל דעם מגבית אדירה וואס איז אין די טעג געלאזט געווארן אין גאנג, לטובת דעם אפקויף פונעם נייעם גיגאנטישן קעמפ "מחנה באבוב־45", וואס איז — ווי שוין באריכטעט — אפגעקויפט געווארן צו קענען דארט פלאצירן די אלפי התלמידים פון די מוסדות במשך די חדשי הקיץ.


אין בעפארגרייטונג צום גרויסן מגבית, איז ווי באריכטעט אפגעהאלטן געווארן די גרויסע אסיפה אין היכל ביהמ"ד הגדול דחסידי באבוב 45, וואו מען האט געהערט די דרשות פון די חשוב'ע בעלי דרשנים, אנגעפירט דורך הרה"ח ר' בנציון יוסף ריינהאלד הי"ו יו"ר מפעל המחנה, וועלכער האט דערביי געבראכן די נייעס איבער דעם בעפארשטייענדן שבת, צו וואס עס וועלן זוכה זיין די נדיבים בעם מיט באשטימטע סכומים לטובת דעם נייעם קעמפ, וואס איז אויסער די די באשטימע סומע פון 5,400 דאלאר וואס דער רבי האט אויפגעפאדערט פון יעדן יחיד אין די קהילה דורכאויס די אסיפה רבתי.


אצינד גרייט מען זיך צום געהויבענעם שבת צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א, קומענדיגן שב"ק פרשת במדבר אין די פראכטפולע HCS רעזארט אין די קעטסקילס, אויף וואס די חסידים קוקן ארויס מיט התרגשות'דיגע געפילן.


א שטאב מיט עסקנים זענען איינגערישט מיט די הכנות צו אקאמאדירן די הונדערטער חסידים וואס גרייטן זיך מיטצוהאלטן דעם שבת, און קענען מסדר זיין יעדן איינעם איש איש על מחנהו ודגלו בכבוד הראוי.

bottom of page