האד' מצאנז קלויזענבורג באזוכט אין נייעם פראכטפולן ביהמ"ד דחסיד צאנז קלויזענבורג שכונת בעיטס אין מאנסי
- לפני 28 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' בהעלותך • י''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

די וואך מאנטאג בעת כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א הא זיך געפונען אין שטאט מאנסי לרגל א שמחה ביי איינע פון די חסידים, איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין די נייע פראכטפולער ביהמ"ד דחסידי צאנז קלויזענבורג אין שכונת בעיטס אין שטאט, וואס איז אין די יעצטיגער טעג פארענדיגט געווארן כלול בהדרו. די רבי איז געווען אפגעווארט דורך די עסקנים חשובים אין שפיץ פון העסקן הנמרץ הרב משה פעלבערבוים הי"ו וועלכע האט ארומגעוויזן דעם רבי'ן אינעם גאנצן געביידע, אנגעהויבן ביי די היכל התורה, דערנאך די מקוה און דער היכל הביהמ"ד וואו דער רבי האט מעריך געווען א שולחן לחיים און מאציל געווען ברכת קדשו פאר אלע עסקנים און נדיבים בעם וואס האבן צושטייער געגעבן לטובת די ביהמ"ד.
















