ק"ק דושינסקיא נעמט שריט צו אראפברענגען הויכע פרייזן צו ארויסדינגען דירות אויף ימים טובים
- לפני 20 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' נשא א' • א' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בחצר הקודש דושינסקיא איז אין די יעצטיגער טעג בעפאר יום טוב שבועות פראקלאמירט געווארן די נייע תקנות צו לעזן די שרעקליך-הויכע פרייזן און מאנגל פון דירות צו דינגען אין ירושלים עיה"ק אויף יום טוב.
דער פראבלעם פון די הויכע דירה פרייזן אין די ימים טובים איז געווארן שטערקער די לעצטערע יארן, ווען דער ציבור וואקסט בליעה"ר, און די בעלי הדירות ערלויבן זיך צו רייטן אויפ'ן צורך און שרויפן ארויף די פרייזן צו אבנארמאלע און אומדערהייבליכע ציפערן.אין א מודעה וואס איז פארעפנטליכט געווארן דורך די הנהלת הקהילה בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א ווערט אונטערגעשטראכן, אז היות דער דושינסקיא הויף געפינט זיך אין די שמואל הנביא געגענט — א שכונה וואו עס איז נישט פארהאן נאך גרויסע חסידישע הויפן, ליגט יעצט א פליכט און געלעגנהייט פאר די חסידים אליין צו פאררעכטן דעם פראבלעם און אראפברענגען די הויכע פרייזן, מיטן האפענונג צו מצליח זיין מיט דעם מהלך דורך א פאראייניגטן כח פון די גאנצע קהילה אינאיינעם.
אין די נייע תקנות וועלכע זענען פארשפרייט געווארן צווישן די חסידים און אויך אויפגעהאנגען געווארן אין די גאסן פון שמואל הנביא און די אומגעגענט, איז ארויסגעשטעלט געווארן א פרייז-ליסטע וועלכע באשטימט די פרייזן פאר דירות אויף יום טוב.א דירה פאר צוויי טעג — יום טוב השבועות און שבת — קען קאסטן 1,000 שקל פאר א קלענערע דירה פאר א קאפל, און א הוספה פון 100 שקל פאר יעדע צוגעלייגטע בעט. א דריי-צימערדיגע דירה קען קאסטן 2,350 שקל, און א פיר-צימערדיגע דירה 2,600 שקל.
די מהלך איז אויסגעארבעט געווארן אין צוזאמענארבעט מיט די רבנים און דיינים פון די קהילה, נאך א רייע אינטענסיווע אסיפות מיט די עסקני הקהילה.




