top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד הנחת אבן הפינה פאר נייע בנין תלמוד תורה בעלזא אין שטאט מאנסי אפגעראכטן דורך האד' האד' מבעלזא בריחוק מקום

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די ראמען פון דעם געהויבענעם שבת "היכלא דמלכא" פאר די נגידים ותומכים לבית בעלזא, זענען די עסקנים און נדיבים פון קהילה קדושה בעלזא אין מאנסי, אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א ערב שבת אינעם האטעל, וואו זיי האבן זיך אונטערגענומען אינאיינעם די אסטראנאמישע סומע פון צען מיליאן דאלער, פארן ערשטן שלב פון דעם נייעם מאיעסטעטישן בנין התלמוד תורה וואס וועט געבויעט ווערן אין מאנסי, אין צוגאב צו די ריזיגע געלטער וואס זיי האבן בייגעשטייערט צום געהויבענעם שבת.


ווען די עסקנים האבן געוויזן די בוי פלענער האט דער רב שליט"א אויפגענומען די בשורה טובה איבער די הרחבת גבולי הקדושה מיט גרויס פרייד, און האט דערביי געגאסן סעמענט אויפן שטייטן מיט וואס מ'וועט בס"ד אפרעכטן דעם הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין התלמוד תורה, וואס וועט געבויעט ווערן אויף א ריזיגן שטח, נעבן דעם ביז יעצטיגן בנין הת"ת. אצינד נאך דעם מעמד הוד בקודש פנימה גרייט מען זיך צו לאזן דעם פראיעקט אין גאנג אין די נאנטע וואכן, און אנהייבן די פלייסיגע בוי ארבעט אויפן שטח, לבנות בית לה' ולתורתו.



bottom of page