מרבה ישיבה: חסידי פאפא פאלגן נאך מוצלח'דיגע סוקסעס פון ניי-געגרינדעטע "ישיבה גבוה דפאפא"
- לפני 9 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בקרב חסידי פאפא ווערט מיט גרויס צופרידנהייט נאכגעפאלגט די מוצלח'דיגע אנטוויקלונג פון די נייע "ישיבה גבוה" וואס איז נתייסד געווארן צום אנהייב פונעם היי-יעריגן שנת הלימודים תשפ"ו, און דינט אלס הערליכע מסגרת הישיבה פאר די בחורים מופלגים פון די פאפא ישיבה נאכ'ן דורכגיין די ישיבה יארן אין קרית פאפא.
די ישיבה איז געגרינדעט געווארן בעידודו וברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, לאור די דברות קודש וואס דער רבי שליט"א האט משמיע געווען פאר א קבוצה עלטערע בחורים, אויפפאדערונג אז מ'זאל זיך מונע זיין פון פארן לערנען קיין ארץ ישראל, צוליב די פילע נסיונות וואס די בחורים פון חו"ל זענען דארט אויסגעשטעלט.
אנהייב יאר איז געעפנט די געווארן די טויערן פון די נייע ישיבה גבוה, אין א מקום רחבת ידים, אין די גלילות פון שטאט מאנסי, און ווערט געפירט אונטער די געהויבענע השפעה פון אויסגערופענע מרביצי תורה, אין שפיץ פונעם מנהל הרה"ג ר' שמואל קארנבלי שליט"א.
די ישיבה ווערט די גאנצע צייט באגלייט דורך די פערזענליכע הדרכה פונעם רבי'ן שליט"א, און במשך די זמן שיקט דער רבי אהין בניו הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א משמיע זיין דברי חיזוק והדרכה פאר די בחורי חמד און זיי באגלייטן על כל צעד ושעל.
פאריגן סוף ווינטער זמן האבן די בחורים געהאט די זכי' צום ערשטן מאל מקבל צו זיין פני קדשו פונעם רבי'ן ביני עמודי דגירסא, דער רבי האט געדאוונט מעריב מיט די בחורים און געפראוועט א מסיבת לחיים, זייענדיג משמיע שטארקע דברי הדרכה וואס איז נוגע פאר די בחורים, און זיך דאן אומגעקוקט אין גאנצן בנין הישיבה.
די היינטיגע וואך זונטאג במדבר איז אפגעהאלטן געווארן א גייסטרייכע ועידה און באנקעט מיט'ן נאמען "ערב גבוה", געאייגנט פאר די נגידים ותומכי הישיבה, וועלכע ערמעגליכן די עקזיסטענץ און הצלחה פון די ישיבה.
די ועידה איז פארגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יושע דייטש הי"ו אין וויליאמסבורג. אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יושע נתן פייפער שליט"א אב"ד ברכת מנחם, און דערנאך האבן די משתתפים געהערט די שטארקע דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א בשבח פון דעם חשובן מקום תורה.

