top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גראנדיעזע באנקעט אפגעהאלטן אין מאנסי פאר ניי-געגרינדעטע "ישיבה גבוה דפאפא"

  • לפני 36 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' נשא ב' • ח' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ווי ברייט באריכטעט איז פאריגן זונטאג במדבר אפגעהאלטן געווארן א גייסטרייכע ועידה און באנקעט מיט'ן נאמען "ערב גבוה" לטובת די נייע "ישיבה גבוה" וואס איז נתייסד געווארן צום אנהייב פונעם היי-יעריגן שנת הלימודים תשפ"ו, און דינט אלס הערליכע מסגרת הישיבה פאר די בחורים מופלגים פון די פאפא ישיבה נאכ'ן דורכגיין די ישיבה יארן אין קרית פאפא.


די מסיבה איז פארגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יושע דייטש הי"ו אין וויליאמסבורג, געאייגנט פאר די נגידים ותומכי הישיבה, וועלכע ערמעגליכן די עקזיסטענץ און הצלחה פון די ישיבה.


אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יושע נתן פייפער שליט"א אב"ד ברכת מנחם, און דערנאך האבן די משתתפים געהערט די שטארקע דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א בשבח פון דעם חשובן מקום תורה.



bottom of page