top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אברכי וויען אין בארא פארק ציען זיך אריין אין גרויסן וויענער שוהל אויף 50 סט. צוליב מאנגל אין פלאץ אין ביז יעצטיגע ביהמ"ד

  • 24 במאי
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' נשא ב' • ח' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בחצר הקודש וויען איז דעם ערב יום טוב שבועות געמאלדן געווארן די פרייליכע נייעס אז אברכי חסידי וויען תושבי בארא פארק וועלן זיך קובע מקום זיין אין די בית הכנסת "עדת יראים" וויען אויף די פופציגסטע גאס אין בארא פארק, וואס וועט דינען אלס נייע ביהמ"ד ומקום תורה פאר תלמידי וחסידי וויען אין שטאט בארא פארק.


די פרייליכע בשורה קומט נאכדעם וואס די אברכים האבען געדאווענט אין זייער אייגענע ביהמ"ד, זכרון יהודה, פאר איבער צוואנציג יאר, אבער אין די לעצטערע יארן איז דער בית מדרש געווארן צר מהכיל, און האט שוין נישט געקענט דערהייבן דעם געדרענג, ווען מען האט שוין נישט געקענט אייננעמען פרישע יונגעלייט, ווער רעדט נאך ווען עס זענען געווען שמחות וכדומה.

די ראשי קהלה האבען זיך אריינגעלייגט ראשם ורובם צו ערמעגליכן אריינצוגיין אינעם אלטן בית הכנסת דקהל עדת יראים וויען אויף די פופציגסטע גאס, וואס איז פיל גרעסער, און קען גרינגער אקאמאדירן די גרויסע פארלאנג פאר נייע מקומות קבועים אין בית המדרש.

אין די לעצטע טעג האט מען מצליח געווען צו קומען צו א פולשטענדיגן הסכם מיט די עלטערע בעלי בתים פונעם בית הכנסת, נעמליך אז די קהילה וועט גענצליך איבערבויען דעם גרויסן שול, כדי עס זאל קענען דינען אלס א פאסיגע מקום תורה ותפלה פאר תלמידי וחסידי וויען אין בארא פארק, און אזוי זאל נתרחב ווערן די גבולי קדושה בחצר וויען.





תגובות


bottom of page