top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו איז מנדב שפאגל נייע חתונה זאל בתוככי בנין הת"ת דסאטמאר - בארא פארק בנין ליפא פריעדמאן

  • 4 ביוני
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' בהעלותך • י''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט א שטראם פון שמחה טוהן תלמידי וחסידי סאטמאר ווידעראמאל אויפנעמען מיט פרייד איבער נאך א רינגעלע פון פאנטאסטישע נדבות דורכן איש חיל הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן שליט"א, זוהן פונעם לעגאנדארן משב"ק לבית סאטמאר הרבני החסיד ר' משה פריעדמאן שליט"א, וועלכער האט נעכטן מיטוואך נאכט ביים עלעגאנטן מסיבת שבע ברכות וואס ער האט אפגעראכטן בנישואי בתו הכלה, אינאיינעם מיט די סעודה לגומרה של תורה לרגל די הכנסת ספר תורה וואס ער האט אריינגעגעבן, מבשר טוב געווען בנוכחותו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אז ער וועט לאזן בויען א שפאגל נייע פראכטפולע חתונה זאל בתוככי בנין תלמוד תורה החדש פון מוסדות סאטמאר בארא פארק בנין ליפא פריעדמאן, וואס וועט לויפן אויף די זעלבע סטאנדארטן און די ביליגע קאסטן אזוי ווי די בארימטע 'פרדס' זאלן אין וויליאמסבורג.


די שמחת שבע ברכות קאמבענירט מיטן סעודה לגומרה של תורה איז פארגעקומען אויפן שטח ווי עס וועט בעז"ה געבויעט ווערן די נייע בנין התלמוד תורה בנין ליפא פריעדמאן אין בארא פארק אויף בעי פראקוועי צווישן 59 און 60.


אין זיין דרשה האט דער בעל שמחה ר' ליפא שליט"א מבשר טוב געווען איבער זיין נדבה פאר די שפאגל נייע חתונה זאל. דער נדיב ר' ליפא האט אויסגעשמועסט, אז יעצט ווען ער אליין האט בשעה טובה חתונה געמאכט זיין עלטסטע קינד, האט ער די ערשטע מאל מיטגעלעבט אויף די אייגענע הויט וואס דאס באדייט 'חתונה מאכן' א קינד, און די אומגעהויערע הוצאוצ וואס דאס שלעפט אריין, דעריבער האט ער באשלאסן אריינצוטאנצן אינעם פראיעקט מיטן מנדב זיין א שפאגל נייע חתונה זאל דאהי אינעם פראכטפולן בנין תלמוד תורה החדש, וואס וועט בעז"ה זיין אהערגעשטעלט אויף די מערסט עלעגאנטע שטייגער, און גאר ביליגע פרייזן, א שטייגער ווי די 'פרדס זאלן' אין וויליאמסבורג, וואס דאס וועט בעז"ה לינדערן די הויכע חתונה הוצאות פון חסידי סאטמאר בעת שמחתם.


ער האט צוגעגעבן אז מען וועט זיך נישט פארזוימען מיט די פראיעקט, און תיכף אנהייבן מיט די מלאכת הבני', און מיטן אויבערשטנס הילף וועט מען ביז אנדערהאלבע יאר קענען פראווען די חנוכת הבית פונעם נייעם חתונה זאל בשעה טובה.


דערויף האט מען געהערט די דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א, ווי דער רבי האט בתוך דבריו גאר שטארק אויסגעלויבט דעם נדבן ר' ליפא הי"ו דער ראש וראשון לכל קדשי בית סאטמאר בארא פארק, ובפרט ווען ער האט שוין זוכה געווען בלויז אין די לעצטע פינף יאר מנדב צו זיין פינף בנינים אדירים פאר די געברויך פון מוסדות סאטמאר אין בארא פארק, און אין די זומער קעמפ'ס פון די בארא פארק'ע מוסדות, און אצינד האט ער מוסיף געווען מיט נאך א פאנטאסטישע נדבה עצומה ארויסצוהעלפן דעם היימישן עולם בעת שמחתם, און עס איז זיכער אז זכותו הגדול פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע מייסד המוסדות וועט אים באשטיין לו ולזרעו אחריו.

תגובות


bottom of page