חסידי ראחמיסטריווקא גרייטן זיך צום געהויבענעם "שבת חנוכת הבית" אין מחנה אהל יצחק בראשות האד' מראחמיסטריווקא
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מוצאי שב"ק פ' בהר בחוקתי • כ''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

הונדערטער ראחמיסטריווקער חסידים פון אלע שטעט האבן אין די טעג זיך שוין איינגעשריבן מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם "שבת חנוכת הבית" אינעם נייעם קעמפ "מחנה אהל יצחק" וואס וועט אפגעראכטן ווערן קומענדיגן שב"ק פרשת במדבר בצל כ"ק אדמו"ר מרחמיסטריווקא שליט"א, אויף וואס דער ציבור קוקט ארויס מיט געהויבענע געפילן.
די נייע גיגאנטישע מחנה "אהל יוחנן ראחמיסטריווקא" אין עלענוויל, ווערט אויפגעבויט מיט א פולע קאמפלעקס פון בנינים מפוארים און אלע צרכי המחנה, פאר די תלמידי המוסדות פון כיתות ז' ח'. שוין לאנגע וואכן וואס עס גייען אן די הכנות צום געהויבענעם שבת, בעת די ארבעט אינעם נייעם קעמפ מחנה אהל יצחק ווערט ווייטער פארגעזעצט אין פולן אימפעט, צו פארענדיגן די פרישע בנינים וואס מ'האט דאס יאר צוגעבויט צום נייעם קעמפ, צו קענען אקאמאדירן די הונדערטער צאן קדשים וואס וועלן דארט וויילן אויפ'ן זומער.
א שטאב מיט עסקנים זענען איינגערישט מיט די הכנות צום געהויבענעם שבת וואס אנטשפרעכט בעזהשי"ת צונויפצוברענגען הונדערטער חסידים וואס גרייטן זיך מיט אן הכנה דרבה מקבל צו זיין די תוספות אורה וואס דער שבת וועט בעזהשי"ת ברענגען פאר יעדן איינעם.
די עסקנים ארבעטן פלייסיג אויפצונעמען דעם פלייץ פון אפליקאציעס, צו קענען מסדר זיין יעדן איינעם איש איש על מחנהו ודגלו בכבוד הראוי. במשך דעם שבת וועט מען פראווען די סעודות צוזאמען, און מען וועט הערן די דרשות פון חשוב'ע רבנים ובעלי דרשנים שליט"א בדברי חיזוק והדרכה.
דער הויכפונקט פונעם שבת וועט זיין די געהויבענע תפלות און די עריכות השולחנות פון כ"ק אדמו"ר מרחמיסטריווקא שליט"א, ווי אויך די סעודה פון שבת קודש בייטאג וואס מ'וועט האבן די זכי' מיטצוהאלטן בצלו פונעם רבי'ן שליט"א. נאך ברכת המזון ביי שלש סעודות וועט די רבי שליט''א משמיע זיין די צענטראלע דברות קודש פאר אלע חסידים משתתפי השבת.

