top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי ראחמיסטריווקא אונטערן טיפן רושם נאך געהויבענעם "שבת חנוכת הבית" פון נייעם "מחנה אהל יצחק" אין עלענוויל

  • 25 במאי
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' נשא ב' • ט' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

מיט התרגשות'דיגע געפילן האבן הונדערטער ראחמיסטריווקא חסידים מיטגעהאלטן פארלאפענעם שבת פרשת במדבר דעם געהויבענעם שבת התוועדות וואס איז אפגעראכטן געווארן בראשות כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אינאיינעם מיטן שבת חנוכת הבית פון דעם נייעם קעמפ פראכטפולער קעמפ מחנה אהל יצחק אין עלענוויל, על שמו וזכרו פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל.


די גאנצע שבת איז פאריבער מיט גרויס התרוממות הנפש מבואו ועד צאתו, א שבת וואס וועט זיכער פארשריבן ווערן מיט גאלדענע אותיות בקורות ימי ראחמיסטריווקא, וואו מען האט אפגעגעבן א שבח והודיה לקל גומר עלי אז מען האט זוכה געווען לברך על המוגמר אז די טייערע תשב"ר תלמידי המוסדות האבן שוין ב"ה א גרייטן קעמפ וואו מ'זאל קענען ממשיך זיין מיט דעם ליכטיגן חינוך גענוי ווי א גאנץ יאר אן קיין איבעררייס, און צוזאמען מיט דעם האט מען זיך דערהויבן בדיבוק חברים אלס א שבת חיזוק זיך צו קלאמערן מיט א בענקשאפט נאך די געהויבענע דרכים וואס מ'האט זוכה געווען צוצוזען און מיטצולעבן במשך אלע יארן בצל הקודש פון רבי'ן זצ"ל וואס די קעמפ טראגט זיין הייליגע נאמען.


פרייטאג מיטאג האבן די פילע באסעס זיך ארויסגעלאזט אין וועג אריין צוזאמען מיט די פריוואטע אויטאס וואס האבן געברענגט דעם ציבור אויפ'ן לאנגן וועג פון בארא פארק און פון אנדערע מקומות צו די קעטסקיל בערג, צוליב די שווערע טרעפיק אויף די וועגן איז לעצט מינוטיג אפגערופן געווארן די דרשת הכנה לשבת דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישא שליט"א.


א קורצע צייט פאר כניסת השבת, ווען דער ביהמ"ד האט זיך שוין צוביסלעך אנגעהויבן אנצופולן, האט מען געהערט די דברי פי חכם חן פון הרה"ג רבי חיים יעקב כהן שליט"א מחשובי רבני ראחמיסטריווקא, וועלכער האט מלהיב געווען את הלבבות מיט זיינע רייכע רעיונות לקראת יו"ט שבועות זמן מתן תורתינו, ארומרעדנדיג ביסודות משנתו ודרכו הצרופה פון רבי'ן ז"ל.


אין די זעלבע צייט האט דעם רבינס איידעם הרה"צ ר' פנחס אלימלך שטיין שליט"א משמיע געווען דברי הכנה נפלאים פאר די בחורי חמד, בגודל קדושת השבת.


לעת כניסת השבת קודש האט זיך אנגעזען דער שטראם פונעם ציבור צום היכל ביהמ"ד הגדול, וועלכע איז געווען ספעציעל אויסגעשטעלט מיט פילע רייעס צוגעלייגטע בענק, צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור, און מיט די פארענטשעס אויף די זייטן צוגעשטעלט פאר די בחורי חמד תלמידי הישיבות, און ספעציעל דעזיגנירטע פלעצער אינעם עזרת נשים פאר די תשב"ר תלמידי כתה מכינה לישיבה און כתה ח' וואס האבן פון דארט מיטגעהאלטן די תפלות אונטערן אויפזיכט פון די חשוב'ע מרביצי תורה.


צו די באשטימטע צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען צו מנחה, וואו עס האט געפלאקערט א דאווענען בקול גדול אזוי במשך אלע תפלות גאנץ שבת, נאך תפלת המנחה, האט דער יושב ראש השבת הרב יואל כ"ץ שליט"א אויפגעטרעטן אויפ'ן ארון הקודש, מקבל פנים געווען דעם גאנצן ציבור, און ארויסגעברענגט די טיפע הרגשים השיר והשבח לחי עולמים אז מ'האט דערגרייכט דעם מאמענט.


מיט די ווערטער האט ער אויסגערופן דעם חשוב'ן גאסט הרה"צ רבי דוד שלמה יונגרייז שליט"א אבד"ק גארליץ אין בארא פארק, וועלכער איז מכובד געווארן משמיע צו זיין די דברי פתיחה צום געהויבענעם שבת.


צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה"צ רבי יוחנן טווערסקי שליט''א זון פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד שליט"א, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור דורך וואונטשן "גוט שבת" פארן רבי'ן שליט"א, ואף הוא כנגד המברכין במאור פנים.


די בחורי חמד האבן געפראוועט די סעודה מיט גרויס התרוממות, בראשות די מגידי שיעור וראשי החבורות, און אינצווישן געהערט די הערליכע דרשה פון הגה"צ ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א אבד"ק סאטמאר לינדען ומרבני הקהילה.



תגובות


bottom of page