top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאבוב-45 נעמט אונטער בליץ-באזוך קיין לאנדאן לרגל הנחת אבן הפנה פון נייעם ביהמ"ד הגדול באבוב-45 אין שטאט

  • לפני 39 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט געשפאנטע עקסטאז ווערט אויפגענומען ביי חסידי באבוב-45 תושבי לאנדאן די פריידיגע בשורה איבער'ן בליץ-באזוך דורך רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א אין שטאט, צו באשיינען דער מעמד נהדר הנחת אבן הפנה פונעם נייעם גיגאנטישן צענטראלן ביהמ"ד דחסידי באבוב-45 אין עיר הבירה לאנדאן.


דער פראיעקט פונעם נייעם ביהמ"ד גייט שוין א שטיק צייט, ווען די עסקני הקהלה האבן זיך אריינגעווארפן אין א גרויסארטיגע אונטערנעמונג פון הרחבת גבולי הקודש, אויפצובויען א נייעם בית גדול וקדוש, וואס זאל דינען אלס תל תלפיות פאר'ן וואקסנדן ציבור אינערהאלב די הערליכע קהלה ומוסדות דחסידי באבוב-45 אין לאנדאן וואס איז מתנוסס לשם ולתפארה.


דער נייער ביהמ"ד וועט געבויט ווערן אויפ'ן פלאץ פונעם עקזיסטירנדן ביהמ"ד, וואס איז געווארן אראפגעווארפן, און אויף דעם ארט וועט ארויפגעצויגן ווערן א גיגאנטישער בנין נהדר ומפואר וואו עס וועט אהערגעשטעלט ווערן א גרויסן היכל ביהמ"ד, דאווען שטיבלעך, היכל התורה, מקוה טהרה, א שמחה זאל, און אלע צוגעהערן פאר די באי בית ה'.


די פאקטישע בוי-ארבעט גייט שוין אן מיט שוואונג, און אצינד ווען מ'האלט שוין ביים גיסן די יסודות הבנין, האט דער רבי אנגענומען די הזמנת כבוד פון די ראשי הקהלה און וועד קרן הבנין, און אפרעכטן א ספעציעלע נסיעה קיין לאנדאן מפאר צו זיין בראש השמחה פונעם חגיגת הנחת אבן הפנה.


דער רבי וועט אנקומען בשערי עיר לאנדאן מיטוואך קרח אינדערפרי, אויף א בליץ-באזוך פון 36 שעה, צו באשיינען דעם הנחת אבן הפנה וואס וועט פארגעקומען צומארגנס דאנערשטאג, און דורכאויס די צוויי טעג וועט דער רבי אויסנוצן די געלעגנהייט ארומצוגיין בבתי נדיבים בעם אויפצוטרייבן סכומים עצומים פאר'ן נייעם ביהמ"ד.

bottom of page