top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

להוסיף על העזרות: ריזן באלקאן פארנט פון ביהמ"ד הגדול ד'קרית ואל אריינגענומען אלס א טייל פונעם היכל הביהמ"ד

  • לפני 51 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' נשא א' • ג' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם מוצאי ל"ג בעומר, נאך איידער מ'האט פארענדיגט אפרייניגן דעם גרויסן באדן ארום דעם ביהמ"ד הגדול דקרית יואל פונעם גרויסן מעמד ההדלקה לכבוד היום, האט מען גלייך אנגעהויבן מיט די מאסיווע קאנסטרוקציע־ארבעט, דאס מאל אויפ'ן "פארטש" פונעם היכל הביהמ"ד הגדול, צו קענען ארייננעמען אויך דעם טייל אלס א חלק פונעם ביהמ"ד, אזוי צו קענען צולייגן צום ביהמ"ד נאך הונדערטער זיץ־פלעצער, צו קענען בעזהשי"ת אקאמאדירן די אלפי ישראל וואס זענען ערווארטעט לקראת חג השבועות הבעל"ט בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


דער ביהמ"ד הגדול דקרית יואל איז במשך השנים עטליכע מאל פארברייטערט מיט גאלעריען אויף אלע זייטן און ווי נאר מען האט צוגעלייגט פרישע הונדערטער זיץ־פלעצער, האט מען זיך אלץ ווייטער דערזען מיט א מאנגל אין פלאץ. בפרט אינעם יו"ט שבועות ווען קרית יואל ווערט כסדר באלאגערט מיט טויזנטער אידן, וואס ברענגט יערליך אז וויפיל מען לייגט צו און וויפיל מען איז מוסיף איז עס ווייט פון גענוג צו קענען נאכקומען דעם ריזן ציבור זקנים עם נערים וואס שטופן זיך אריין אינעם ריזיגן ביהמ"ד, וואס איז ענג קעגן דעם גרויסן ציבור בליעה"ר.

אין די טעג האט מען טאקע אויפגעשטעלט די מאסיווע גאלעריעס אויף אלע זייטן פונעם ביהמ"ד — די פארגרעסערטע גאלעריעס אויף צד דרום און צד צפון פונעם ביהמ"ד, און די צוויי גאלעריעס העכער די היכלי הפאליש אויף מערב זייט פונעם ביהמ"ד, בנוסף צום גאלעריע וואס שטייט שוין פערמאנענט העכערן פארטש אויף צד מערב פונעם ביהמ"ד, וואס ווערט אריינגענומען אלס טייל פונעם ביהמ"ד יעדן שיינעם שבת און יו"ט.


דאס מאל איז געקומען די רייע אויפ'ן היכל הפארטש זעלבסט, וועלכער פעלט זיך אייגנטליך שטארק אויס פאר'ן הרחבת הדעת פון די מתפללים, אבער בלית ברירה ווערט איצט דער פארטש, אונטערן גאלעריע פון אויבן, אריינגענומען אלס א טייל פונעם ביהמ"ד.


די גרויסע ווייסע "זוילן" פארנט פונעם ביהמ"ד, וואס האט בשעתו, בעת מ'האט געבויט דעם ביהמ"ד פאר נאנט צו פופציג יאר צוריק, געגעבן דעם מייעסטעטישן אויסזען פאר'ן ביהמ"ד, ווערן איצט, מחמת דוחק המקום, צונומען, און אזוי וועט בעזהשי"ת צוקומען נאך עטליכע הונדערט זיץ־פלעצער, וואו אידן וועלן קענען מיטהאלטן די תפלות ברוב עם.


נאכן יו"ט שבועות וועט די ארבעט בעזהשי"ת פארגעזעצט ווערן, ווען דער פרישער גאלעריע וועט פארבלייבן אזוי אויף פערמאנענט, און וועט דינען אלס פאסיגער דורכגאנג בימות החול פון איין פאליש צום אנדערן, אנשטאט ווי ביז היינט ווען מ'האט געדארפט דורכגיין צווישן די פאלישעס און צווישן די מתפללים צו קענען אנקומען פון איין שטיבל צום אנדערן.


אין פאל עס וועט זיך אויספעלן ביי גרעסערע שבתים אדער ימים טובים, וועט זיין א מעגליכקייט אריינצונעמען אויך דעם נייעם פליגל אלס א חלק פונעם ביהמ"ד.



תגובות


bottom of page