top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינעם מעמד קביעת מזוזה דורך האד' מבאבוב-45 אין די רענסטעסטיק הויפטקווארטיר אין ניו דזשערסי

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלום שווארץ,JDN

פארלאפאנעם וואך האט כ"'ק אדמו"ר מבאבוב -45 שליט"א אפגעראכטן א מעמד קביעת מזוזות און מסיבת לחיים אין די גיגאנטישע רענסטעסטיק פארטי רענטעל הויפטקווארטיר וואס האט זיך נישט לאנג צוריק אריינגעצויגן צו א רחבות'דיגע לאקאל אין ניו דזשערסי, א סטראטעגישע לאקאציע צווישן די חרדישע געגענטער.


דער רבי שליט"א וואס איז געווען על אם הדרך אויפן וועג אהיים קיין בארא פארק נאכן וויילן אין מאנסי אויף אפרוה, האט אפגעשטאט אין ניו דזשערזי אויף די איינלאדענונג פון די חשובע אייגנטומער בנש"ק הרב אברהם שלמה אונגער, זון פונעם רבינס ברודער האדמו"ר מדאמבראווא וועלכער האט מכבד געווען דעם רבי'ן צו קובע זיין א מזוזה און דערביי אריינברענגען ברכה אינעם געשעפט.


די רבי שליט"א האט געדאווענט מנחה אין די נייע אפיסעס פונעם ווערהויז און דאן קובע געווען א מזוזה און אפגעראכטן א שולחן לחיים און געהערט איבער די פילצאליגע סערוויסעס, ארויסצוהעלפן גרעסערע קהילות, בתי מדרשים, שמשים גבאים און עסקנים, צוצוגרייטן מאורעות, שמחות, ימים טובים וכדומה אין פארשידענע הינזיכטן.


נאכן טועם זיין לחיים האט דער רבי שליט"א איבערגעלאזט ברכות לרוב פאר די חשובע אייגנטומער און מיטארבעטער, צווישן זיי עטליכע היימישע אינגעלייט חסידי באבוב 45.



bottom of page