והראנו בבנינו: האד' מוויזניץ רעכט אפ התרגשות'דיגע באזוך ביי גאלאפירנדע בוי-ארבעט פון נייעם "מרכז העולמי ישועות משה"
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 3 דקות
מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער
מיט קוועלנדע רגשי קודש האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אפגעראכטן א לענגערע באזוך ביים מאסיוון בוי-פראיעקט פונעם נייעם גיגאנטישן "מרכז העולמי" דחסידי וויזניץ וואס בויט זיך מיט גאלאפירנדע אימפעט אויף רחוב שלמה המלך אין בני ברק, ווען עס איז שוין פולקאם ארויפגעצויגן דריי שטאקן, און די ארבעט רוקט זיך פאראויס מיט גאר שנעלע פארשריט.
מאנטאג נשא א' ב' סיון ארום דריי אזייגער נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום בנין, און צום ערשטן מאל זייט מ'האט אנגעהויבן די פאקטישע בוי ארבעט, באזוכט דעם גאנצן בנין וואו ס'האלט לעת עתה, שעפנדיג א געוואלדיגע קורת רוח און שמחה עצומה ווי דער בנין האדיר בויט זיך מיט א שנעלקייט און פולסטע פראכט מיט גרויס הצלחה.
דער רבי איז באגלייט געווארן דורך צענדליגער יונגעלייט און בחורים וואס האבן במשך דעם גאנצן באזוך געזינגען ניגוני שמחה, און מיטגעהאלטן דעם גאנצן סדר הביקור, ווען דער רבי איז צוערשט אנגעקומען צום אויבערשטן שטאק, ווערנדיג געצייגט דורך די עסקנים און וועד קרן הבנין דער גאנצער שטאק, וואו עס ווערט אהערגעשטעלט די חדרי תפלה, דער בית תורה, און די מאכטפולע בוילער סיסטעם פון די נייע מקוה.
דערנאך איז דער רבי אראפ צום אונטערשטן שטאק וואו ס'וועלן אויפגעבויט ווערן די פראכטפולע "שמחה זאלן", און דערנאך צום בעיסמענט-שטאק, וואו ס'וועט אויפגעבויט ווערן א גרויסע 'הכנסת אורחים' קאמפלעקס פאר די פילצאליגע געסט וואס קומען וויילן במחיצת הקודש.
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף צום שטאק העכער צו די שמחה-זאלן, וואו ס'איז אפגעהאלטן געווארן א גייסטרייכער מסיבת לחיים לרגל המאורע, און עס האבן אנטיילגענומען די אלע שותפי הבנין, וואס האבן בייגעשטייערט פון א האלבע מיליאן שקל און העכער.
ווען דער רבי איז ערשינען האט דער ציבור אויסגעבראכן אין פייערליכע געזאנג אויפ'ן ניגון "שהחיינו", דער רבי האט געמאכט א לחיים און פארטיילט שריים פאר'ן גאנצן עולם און מאציל געווען ברכת קדשו.
מיט'ן דבר המעמד האט אויפגעטרעטן הרב יעקב יוסף זיידא, וועלכער האט בתוך דבריו דערמאנט דעם האי יומא קגרים, ווען אין דעם טאג, ב' סיון תשי"ב, האט דער הייליגער אמרי חיים געפייערט די ערשטע חנוכת הבית פאר א בנין המוסדות אין שיכון, און דאס התרגשות איז בשעתו געווען גאר גרויס, און יעצט איז מען זוכה ממשיך צו זיין בדרכיו הטהורים, טאקע ביומא דהילולא פון הייליגן אהבת ישראל.
די משוררים האבן געזינגען אויפ'ן גראם די גאנצע השתלשלות פונעם פראיעקט, פון ווען מ'האט אנגעהויבן, ביז'ן היינטיגן טאג, ווען מ'איז שוין זוכה צו זיין א חלק גדול על תלה בנוי', מיט א תפלה אויף ווייטער והראנו בבנינו ושמחנו בתיקונו.
דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט הארציגע דברות קודש, ארויסברענגענדיג אז אין דעם בנין וועט מען לערנען און דאווענען און דינען דעם באשעפער בדרכו הסלולה פון די הייליגע רבי'ס, ובפרט דעם הייליגן ישועות משה זי"ע.
דער רבי האט ארויסגעברענגט מיט התרגשות ווי די יונגעלייט לאזן זיך קאסטן דמים תרתי משמע, און נאר מיט דעם כח ווערט דער בנין געבויט מיט אזא שנעלע פארשריט.
דער רבי האט אויפ'ן פלאץ ארויסגעשיקט צוויי שלוחים, הרה"ג ר' שמואל כהנא און הרב יצחק פריעדמאן, וואס וועלן ארויספארן קיין חו"ל אפנעמען די תרומות הקודש פון די חסידים וואס שליסן זיך אן מיט גרעסערע סכומים.
דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אז "יעצט זעט מען ממש מיט די אויגן דעם 'מן המצר קראתי קה ענני במרחב קה", און געהייסן דעם עולם זינגען מן המצר, און דער ציבור האט געזינגען מיט אויסטערלישע שמחה.
מ'האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן פון בנין מיט'ן ניגון "משה אמת ותורת אמת, חיי וקיים לעד ולנצח נצחים", און דערנאך "די שיטה הק' פון הייליגן ישועות משה".














































































































