top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האיר פני המזרח: היסטארישע אנטוויקלונג אין קהלת "פני מנחם" מיט'ן ערהאלטן פון שטאטראט שטח אדיר אין הארץ פון ירושלים

  • לפני 22 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' נשא ב' • י''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין א היסטארישע אנטוויקלונג אינערהאלב קהלת פני מנחם בראשות ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלטר שליט"א, איז אין די יעצטיגע טעג ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן דורך די שטאטראט אין ירושלים אוועקצושענקען פאר קהלת פני מנחם א ריזן גיגאנטישער שטח אין הארץ פון ירושלים, וואו ס'וועט אויפגעבויט ווערן דער נייער מרכז גדול לתורה ולתפלה דקהל פני מנחם.


די רעדע איז פון א ריזן שטח אויף רחוב תורה מציון, וואס האט ביז היינט געהערט צו די שטאטראט, און ס'איז דארט געווען קווארטירט די ראדיא סטאנציע - רשות השידור. אין די לעצטערע יארן איז דער שטח געווארן באשטימט דורכ'ן 'וועדת ההקצאות' פון די ירושלימ'ע שטאטראט דאס אוועקצוגעבן פאר ציבור'ישע געברויכן פון די חרדי'שע קהילות אין ירושלים, און ס'איז געווען פארשידענע פארהאנדלונגען און ביוראקטראטישע פראצעדורן איבער'ן באשטימען פאר וועם דער שטח וועט געשאנקען ווערן.


ענדגילטיג איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז דער שטח ווערט געשאנקען פאר די אויפבליענדע קהלת פני מנחם וואס איז דערווייל סטאנציאנירט אין א צייטווייליגע בנינים אויף רחוב יוסף זיו, וואס איז שוין לאנג צר מהכיל, און ס'הערשט א וויכטיגע געברויך מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה און אויפבויען א בנין גדול ומפואר וואס וועט מתנוסס זיין לשם ולתפארה אלס לייכט טורעם פאר די פילע הונדערטער חסידים ומעריצים וואס קומען זיך מתחם זיין לאורו הבהיר פונעם ראש ישיבה.


אין צוגאב איז אויך געשאנקען געווארן דורך די שטאטראט א גרויסן שטח אויף רחוב ירמיהו, וואו עס וועט ווערן אויפגעבויט א בנין מפואר פאר די תלמוד תורה דקהל פני מנחם וואס וואקסט און בליעט אויף א הערליכן פארנעם.


אין די יעצטיגע טעג זיצן שוין די עסקנים והנהלת הקהלה אויף העפטיגע באראטונגען אריינצוגיין אין די פאקטישע פאזעס פון אויפבויען דעם בית גדול לתורה ולתפלה, אויסרופנדיג גרויס פרייד און עקסטאז ביים גאנצן ציבור.

bottom of page