לזכר עולם: האד' מסאטמאר איז קורא שם פון נייעם סאטמארער ישוב אין מאנטיסעלא מיטן נאמען "קרית משה"
- לפני 23 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי סאטמאר אומעטום נעמען אויף מיט התרגשות די ידיעה אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אין די יעצטיגע טעג קורא שם געווען אויפ'ן נייעם סאטמארער ישוב וואס בויט זיך אין מאנטיסעלא, מיט'ן נאמען "קרית משה" על שמו ולזכרו פון מרן אביו הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע.
שוין א לענגערע צייט וואס סאטמארער חסידים האלטן מיט דעם התייסדות פונעם נייעם ישוב וואס בויט זיך אין מאנטיסעלא, הארט נעבן די בארימטע סאטמארער זומער-קריה "קרית ויואל משה - איחוד קאנטרי", וואו עס בויט זיך א פרישע קריה וואו סאטמארער חסידים וועלן בעזהשי"ת קענען וואוינען דורכאויס דעם גאנצן יאר, מיט הרחבת הדעת ומנוחת הנפש, און מיט די געהויבענע הנהגות לפי דרכם והדרכתם פון צדיקי בית סאטמאר זי"ע.
דער גאנצער אונטערנעמונג שטייט תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער באגלייט דעם פראיעקט פון די ערשטע מינוט, און איז כסדר מחזק די עסקנים ובוני הקריה וואס ארבעטן איבערגעגעבן אויפצושטעלן א קריה נאמנה פאר עדת חסידי סאטמאר.
ביי די סעודת הילולא רבתי פון אביו הרה"ק הברך משה מסאטמאר זי"ע דעם חודש ניסן, האט דער רבי שליט"א ווידעראמאל ארומגערעדט איבער דעם נייעם ישוב וואס בויט זיך פאר סאטמארער חסידים אין מאנטיסעלא.
דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז די געגנט בליט און וואקסט שטענדיג, און גיט א ברייטע מעגליכקייט פאר אידן פון אלע קרייזן זיך קובע מקום צו זיין דארט בהרחבה, ובפרט פאר סאטמארער חסידים וועלכע וועלן האבן א באזונדערע געלעגנהייט זיך צו באזעצן אין דעם נייעם ישוב וואס ווערט אויפגעבויט אויסשליסליך פאר עדת חסידי סאטמאר.
די וואך זונטאג איז אפגעהאלטן געווארן אן אסיפה בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן שליט"א מיט די עסקני ובוני הקריה.
ביי דער אסיפה האט דער רבי שליט"א קורא שם געווען אויפ'ן נייעם ישוב מיט'ן נאמען "קרית משה", על שמו ולזכרו פון מרן אביו הרה"ק הברך משה מסאטמאר זי"ע.
דער רבי שליט"א גייט דערמיט בדרכיו פון דודו הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וועלכער האט בזמנו קורא שם געווען אויפ'ן נייעם ישוב "קרית יואל". דער נאמען "קרית יואל" דערמאנט יעדן איינעם אז מען וואוינט אין רבי'נס שטאט, און מען שטרעבט נאכצוגיין זיינע הדרכות און הנהגות.
אויפ'ן זעלבן אופן ווערט איצט נתייסד דער פרישער ישוב "קרית משה", א נאמען וואס וועט שטענדיג מעלה זיין אויפ'ן זכרון די הייליגע הדרכות פונעם רבי'ן דער ברך משה זי"ע, און וועט אי"ה אוועקשטעלן די סטאנדארטן פונעם נייעם ישוב אויף א געהויבענעם שטייגער.
דער קריאת השם "קרית משה" ווערט אנגעזען אלס א פרישער ווענדפונקט ביים אויפבוי פונעם נייעם ישוב, און האט ארויסגערופן א געוואלדיגע התרגשות ביים ציבור חסידי סאטמאר.

