top of page
הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו איז מנדב שפאגל נייע חתונה זאל בתוככי בנין הת"ת דסאטמאר - בארא פארק בנין ליפא פריעדמאן
דאנערשטאג פ' בהעלותך • י''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט א שטראם פון שמחה טוהן תלמידי וחסידי סאטמאר ווידעראמאל אויפנעמען מיט פרייד איבער נאך א רינגעלע פון פאנטאסטישע נדבות דורכן איש חיל הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן שליט"א, זוהן פונעם לעגאנדארן משב"ק לבית סאטמאר הרבני החסיד ר' משה פריעדמאן שליט"א, וועלכער האט נעכטן מיטוואך נאכט ביים עלעגאנטן מסיבת שבע ברכות וואס ער האט אפגעראכטן בנישואי בתו הכלה, אינאיינעם מיט די סעודה לגומרה של תורה לרגל די הכנסת ספר תורה וואס ער האט אריינגע


קרית וויזניץ לבשה חג: אלפי חסידים ביי שמחת נישואין פון אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א
דאנערשטאג פ' בהעלותך • י''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מיט אומבאשרייבליכע שמחה און התרוממות עילאה, האבן פילע טויזנטער חסידי וויזניץ נעכטן מיטגעלעבט די חתונה בחצר הקודש, ווען מ'האט זוכה געווען צום "מלך ביפיו תחזינה עינינו", מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער האט מפאר געווען על ראש שמחתו באנפין נהירין, מרישא ועד גמירא, לקול מצהלות אלפי החסידים. עס איז געגאנגען אונטער די חופה די כלה א טאכטער פון דעם רבינס בן זקונים הגה"צ ר' יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק


היסטארישע חפצי קודש וכתבי יד מעזבון הרה"ק הברך משה מסאטמאר זי"ע אנגעקומען לרשות בנו האד' מסאטמאר
דאנערשטאג פ' בהעלותך • י''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש א התרגשות'דיגע מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט דעם דינסטאג נאכט בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסבורג בשעת דער חבילה מיט גאר טייערע כתבי ידות און חפצי קודש מעזבונו פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע צווישן אנדערע אויך גאר טייערע כתבים און חפצי יקרי ערך פונעם פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע ולמעלה בקודש, איז אנגעקומען לרשותו פונעם רבי'ן, צום זעלבן הייליג הויז ווי מר אביו דער ברך משה זי"ע האט געוואוינט רוב ימיו


האד' מסאטמאר וועט פראווען קומענדיגן שבת קרח אין די קעטסקילס מיט תלמידי המתיבתא החדש פון מאנסי
מיטוואך פ' בהעלותך • י''ח סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש א כוואליע פון פרייד נעמט ארום די הונדערטער תלמידי המתיבתא הקדושה תורה ויראה ד'סאטמאר אין שטאט מאנסי, זיך גרייטנדיג אפצורעכטן א שבת "בצל כנפיך" אינאיינעם מיטן נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע וועט ארויספארן אויף א שבת מיט תלמידיו הנאמנים צווישן די קאנטרי בערג, כשהמלך בשדה. ווי באקאנט האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מייסד געווען די נייע "מתיבתא תורה ויראה" געאייגנט אלס מקום תורה מיט א ספעציעלער מסגרת פאר די מער עלטער


תורת ה' אדירה: פארגליווערטע מחזה פון 35,000 משתתפים ביים היסטארישן מעמד "אדירי התורה"
מיטוואך פ' בהעלותך • י''ח סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער, אחים לאנטשעווסקי, הילל ל"ש, אלי וואהל, איצי מ., משה קליין,JDN מסוף העולם ועד סופו האט אפגעהילכט די מאסיווע קידוש שם שמים און כבוד התורה וואס האט זיך אפגעשפילט על אדמת אמעריקע, ווען א געשאצטע פינף און דרייסיג טויזנט אידן מבני היכלא דאורייתא האבן זיך צונויפגעזאמלט ביים היסטארישן מעמד "אדירי התורה", בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל לומדי תורה באלפי', לרומם ולהדר די חשובע לומדי תורה ומחזיקי תורה. דער


שמחת הבר מצוה פון אור אייניקל ביי האד' מוויזניץ | בילדער גאלעריע
מיטוואך פ' בהעלותך • י''ח סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די טעג נאך יום טוב שבועות איז פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון א אור אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה, א אייניקל ביי חתנו הגה"צ רבי חיים הערש מייזליש שליט"א און אן אייניקל ביי זיין ברודער הגה"צ רבי זלמן לייב מייזליש דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, טאפלטע אור אייניקל פון הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א און אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א לרפואה שלימה. זונטאג אינדערפרי נאך יום טוב שבועות איז דער


תורה צוה לנו: מעמד התחלת לימוד האותיות בחצר הקודש תולדות אהרן
מיטוואך פ' בהעלותך • י''ח סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר כמידי שנה בשנה איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן בחצר הקודש תולדות אהרן די מעמד "התחלת לימוד האותיות" פאר אלע ילדי כתה א' פון די חאלאקע יארגאנג אין תלמוד תורה תולדות אהרן אין ירושלים, די מעמד איז פארגעקומען אין גרויסן ביהמ"ד דחסידי תולדות אהרן אין ירושלים בראשות כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וועלכער האט משמיע געווען דברות קודש איבער די גרויסקייט פון לימוד הא' ב' מפי ספרים וסופרים, און דאן אנגעהויבן פארלער


היסטארישער מסע הצלה דורך גדולי ישראל לטובת "קרן עולם התורה" געפלאנט אויף קומענדיגע וואך ברחבי אמעריקא
דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אן עלעקטראנישער שטראם פון התרגשות נעמט ווידער ארום דאס יהדות החרדית בארצות הגולה, זיך גרייטנדיג מקבל פנים צו זיין א דעלעגאציע פון גדולי ומאורי הדור שליט"א פון אלע שיכטן און קרייזן וואס נעמען ווידער אונטער די רייזע קיין אמעריקא אויפצוטרייבן סכומים אדירים אוועקצושטעלן א מעכטיגן פינאנציעלן רוקן ביין צו ראטעווען דעם עולם התורה אין ארצינו הקדושה. די דאזיגע נסיעה קומט אין א קריטישן און גולרדיגן זמן ווען די עולם התורה אין ארץ ישראל


מסע הלוויה פון הרבנית הצדקנית מראחמיסטריווקא ע"ה | חלק ב'
דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, ניסן ב.,איצי מ. נאך די גרויסע לוויה פון הרבנית הצדיקת הישישה מראחמיסטריווקא ע"ה אין בארא פארק, איז די מיטה ארויסגעפארן קיין שיכון סקווירא, וואו אלע תושבי השיכון זענען ארויסגעקומען אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר די רעבעצין ע"ה, וועלכע איז געווען פון די סאמע ערשטע תושבים אינעם שטעטל, און באליבטער טאכטער פונעם מייסד העיר הרה"ק מסקווירא זי"ע. ארום 4:00 נאכמיטאג איז די מיטה אנגעקומען צום שטעטל, וואס אי


הערליכע מסיבת שבע ברכות אין מתיבתא ד'באבוב לרגל השמחות במעונם פון האד' מבאבוב און ראש ישיבת באבוב
דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער גאר א שיינע שבע ברכות איז פארגעקומען דעם ליל שישי בשמחת בית באבוב, צוגעשטעלט פאר די תלמידי הישיבות, לרגל די טאפלטע שמחה בחצר הקודש, בראש וראשון די שבע ברכות פאר'ן חתן, אן אייניקל ביים נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, און די שבע ברכות פון אן אייניקל ביים ראש ישיבה הגה"צ ר' ברוך אברהם הורוויץ שליט"א. די שבע ברכות איז פארגעקומען בהיכל המתיבתא, במעמד רבנן ותלמידיהון. במשך די שבע ברכות האט דער רב


דרכי ראחמיסטריווקא אבילות: אלפי ישראל באגלייטן מיט טרויער ארון פון הרבנית הצדיקת מראחמיסטריווקא ע"ה | חלק א'
מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, אייזיק י., משה נחום, משה נייהויז טויזנטער חסידים ואנשי מעשה האבן היינט אפגעגעבן דעם כבוד הראוי ביים מסע הלוויה פון הרבנית הצדיקת הישישה מראחמיסטריווקא ע"ה, מחברתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל בעל "אמרות טהורות", און ברתא דמלכא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקווירא זי"ע, וואס איז נסתלק געווארן לשמי מעל היינטיגן מאנטאג צופרי צום טיפן צער און טרויער פון בני משפחתה, חסידי ראחמיסטריווקא


מאסן תושבי ירושלים מיטגעהאלטן געהויבענעם שבת בצל כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א
מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד ארזני המוני תושבי ירושלים עיה"ק האבן זיך דעם שבת געווארעמט בצל הקודש פונעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, מפארי הרבנים אין ניו יארק, וועלכע איז ווי ברייט באריכטעט אנגעקומען צוגאסט קיין ארצינו הקדושה און האט געפראוועט אלע תפלות און טישן אויף א גרויסארטיגן פארנעם אין די אור החיים זאל אויף רחוב עזרא אין ירושלים. אויף שבת זענען געקומען צופארן פילע געסט פון אמעריקא און אזוי אויך האבן מיטגעהאלטן די בחורים י


הערליכע שבת אפגעראכטן אין בארא פארק דורך האד' מסקולען ירושלים אינאיינעם מיטן פלומעניק האד' מסקולען
מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN הונדערטער תושבי בארא פארק און פילע אורחים נכבדים פון אומעטום האבן די וואך שבת מיטגעלעבט א הערליכער ווארימער סקולענער שבת ווען כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א איז געווען צוגאסט אויך שבת אין שטאט און האט געפראוועט א פולער שבת אינאיינעם מיטן פלומעניק כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, במקום שהתפללו אבותיו דארט וואו אביו הגדול הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ"ל האט אפגעראכטן זיין עבודת הקודש רבות בשנים, און


שיינע רבישע חתונה אין הויפן פון מאחנובקא בעלזא - שאץ - קארלין לעלוב - ספינקא
מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער חסידי מאחנובקא בעלזא האבן דעם דינסטאג מיטגעהאלטן דער שיינע שמחת נישואין בחצר הקודש, פונעם חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' נפתלי צבי מאסקאוויטש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' שמעון נתן נטע ראזענפעלד שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' יצחק אייזיק ווייס זצ"ל מספינקא וואס איז פ


אמא של מלכות: חסידי ראחמיסטריווקא באוויינען פטירה פון הויכגעשעצטע ראחמיסטריווקא רעבעצין ע"ה
מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש א וואלקן פון טרויער לאזט זיך אצינד אראפ צווישן עדת חסידי ראחמיסטריווקא און סקווירא, מיט די פטירה פון די הויכגעשעצטע אם המלכות, בת קדושים ואשת חבר, הרבנית הצדיקת הישישה מראחמיסטריווקא, מרת מרים טווערסקי ע"ה, מחברתו הטהורה ועזרתו בקודש פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל בעל "אמרות טהורות", און ברתא דמלכא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי יעקב יוסף מסקווירא זי"ע, וועלכע האט יעצט פארמיטאג אויסגעהויכט איר ריינע נשמה אין הויכן עלט


צהלי ורוני עיר התורה: שטאט לעיקוואד גרייט זיך צו ביקור מרומם און ערשטמאליגער שבת מיט האד' מוויזניץ מאנסי
זונטאג בהעלותך • ט"ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגער טעג איז באשטעטיגט געווארן אז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וועט צום ערשטן מאל נאכן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת, פראווענען א געהויבענע שבת אין עיר התורה לעיקוואד די וואך שבת פ' בהעלותך, און פארבלייבן אין שטאט אין די נאכפאלגנדע טעג מיטן ציהל צו מזכה זיין די ארטיגע נגידים ושועים, און אויפטרייבן פינאנציעלע שטיצע לטובת די וויזניצע מוסדות המתנוססים לתפארה אין מאנסי. דער וויזניצער רבי האט נאך קיינמאל נישט געפראוועט א


שמחת החתונה בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק אפגעראכטן מיט גרויס התרוממות הנפש
זונטאג בהעלותך • ט"ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך מיט התרוממות הנפש וחדוות הלבבות האבן חסידי תולדות אברהם יצחק מיטגעלעבט די חתונה הגדולה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, די כלה תחי' א טאכטער פון זיין בנו חביבו הגה"צ רבי ישראל קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אברהם יצחק בארא פארק איידעם ביי הגה"צ רבי דוד שווימער שליט"א דומ"ץ וויזניץ בית שמש, מיטן חתן א זון פון הרה"צ רבי פנחס יוסף מאריליס שליט"א, איידעם ביי הגה"צ רבי וועלוויל ארנסטר שליט"א


רחמים שאלו: הרבנית הישישה מראחמיסטריווקא תליט"א אפגעפירט אין שפיטאל אין קריטישן געזונט צושטאנד
זונטאג בהעלותך • ט"ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעו שערי שמים: חסידי ראחמיסטריווקא זענען יעצט פארמיאטאג פארבעטן געווארן צו מעורר זיין רחמי שמים מרובים לרפואתה השלימה פונעם אמה של מלכות, הרבנית הצדיקת והישישה מראחמיסטריווקא תליט"א אלמנת כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל וועלכע איז נארוואס אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א קריטישן געזונט צושטאנד. די רעבעצען שתחי' וואס איז שוין ליידער א תקופה נישט בקו הבריאות איז היינט פארמיטאג אריין אין א ’סעפטיק שאק’ וואס האט צוגעברענגט


האד' מקאפיטשניץ און חתנו האד' מביאלא ערווארטעט צוגאסט אין אנטווערפען לרגל א משפחה שמחה
מוצאי שב"ק פ' נשא ב' • י"ד סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך פ' בהעלותך וועט די שטאט אנטווערפען מקבל פני זיין צוויי חשובע אדמור"ים פון ארה"'ק הלא המה דער זקן צדיקי בית רוזשין כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א און זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א וועלכער קומען צופארן אויף א קורצע באזוך אין שטאט לרגל א משפחה שמחה, די חתונה בבית הרה"ג ר' ישראל שטראלי שליט"א איידעם פונעם קאפיטשניצער רבי שליט"א וואס קומט פאר די וואך דינסטאג אין די בעלזער זאל אין שטאט. די זיידע כ"ק אדמו"ר מקאפיטשני


וְרוֹמַמְתָּנוּ מִכָּל הַלְּשׁוֹנוֹת • הערליכע יום טוב שבועות און שבת של שמחה אין באבובער הויף
פרייטאג פ' נשא ב' • י''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי באבוב האבן במשך די ימי החג זוכה געווען מערב זיין שמחה בשמחה, ווען דער צווייטער טאג שבועות, ביום השבת קודש איז געפראוועט געווארן דער שמחת הבווארפן פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, החתן בן בנו הרה"צ רבי דוד הלברשטאם שליט"א, און בנוסף צו דעם וואס דער ביהמ"ד איז ווי יעדעס יאר שבועות געווען אויסגעצירט מיט בלומען און ביימער כנהוג, האט דער ביהמ"ד געטראגן א שמחה'דיגן חן, מיט די הערליכע שמחה'דיגע שילדן וואס זענען שוי


bottom of page
