היסטארישע חפצי קודש וכתבי יד מעזבון הרה"ק הברך משה מסאטמאר זי"ע אנגעקומען לרשות בנו האד' מסאטמאר
- 4 ביוני
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' בהעלותך • י''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

א התרגשות'דיגע מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט דעם דינסטאג נאכט בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסבורג בשעת דער חבילה מיט גאר טייערע כתבי ידות און חפצי קודש מעזבונו פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע צווישן אנדערע אויך גאר טייערע כתבים און חפצי יקרי ערך פונעם פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע ולמעלה בקודש, איז אנגעקומען לרשותו פונעם רבי'ן, צום זעלבן הייליג הויז ווי מר אביו דער ברך משה זי"ע האט געוואוינט רוב ימיו ושנותיו אלס רבן של ישראל, און האט זיך באותו מקום באנוצט מיט די הייליגע היסטארישע חפצים ובגדי קודש.
די ירושה איז אנגעקומען אחר חצות הלילה נאכן געזעגענען, וואו עס זענען אנוועזנד געווען עטליכע נאנטע מאמני ביתו, אזוי אויך הרב אביגדור שלום שווארטץ פון מכון עתיקים וואס איז געווען דער שאצער ביים גאנצן חלוקה, און הרה"ח ר' משה יצחק ווערטהיימער הי"ו הויז בחור ביים רבי'ן דער ברך משה וואס איז געווען שטארק אקטיוו אינאיינעם מיט הנגיד ר' ליפא פריעדמאן צושטאנד צו ברענגן די היסטארישע ירושה צעטיילונג. די רבי שליט''א איז ארומגעגאנגען שטארק צוקאכט פון התרגשות און באטראכט יעדן חפץ מיט א זעלטענע חרדת קודש, ווען דערביי האט דער רבי פארציילט פארשידענע אינטערסאנטע פרטים ארום די חפצי קודש וכתבי יד.


















תגובות