top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע מסיבת שבע ברכות אין מתיבתא ד'באבוב לרגל השמחות במעונם פון האד' מבאבוב און ראש ישיבת באבוב

  • 2 ביוני
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער

גאר א שיינע שבע ברכות איז פארגעקומען דעם ליל שישי בשמחת בית באבוב, צוגעשטעלט פאר די תלמידי הישיבות, לרגל די טאפלטע שמחה בחצר הקודש, בראש וראשון די שבע ברכות פאר'ן חתן, אן אייניקל ביים נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, און די שבע ברכות פון אן אייניקל ביים ראש ישיבה הגה"צ ר' ברוך אברהם הורוויץ שליט"א.


די שבע ברכות איז פארגעקומען בהיכל המתיבתא, במעמד רבנן ותלמידיהון. במשך די שבע ברכות האט דער רב שליט"א עטליכע מאל משמיע געווען אמרי קודש, מתובל מיט שיינע ענינים און דברי הדרכה פאר די בחורים.


אינצווישן האט מען מקבל געווען פני כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, וועמען דער רב האט אויפגענומען במאור פנים. מען האט געזונגען א רייע ניגונים פונעם אוצר הטוב לבית סקולען, און דער סקולענער רבי האט פארגעזונגען א ניגון לכבוד די שמחה. מען האט זיך דאן אויפגעשטעלט אויף א מחול לצדיקים, און דער סקולענער רבי איז געטאנצן מיט'ן חתן.


שפעטער זענען ערשינען כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ בארא פארק שליט"א און כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א פון אמעריקא, וועמען דער רב האט ווידער אויפגענומען בכבודם הרואי, מכבד געווען צו טאנצן מיט'ן חתן, און ארויס אין א ריקוד מיט די אדמו"רים, ובכן צדיקים יראו וישמחו.


דערויף האבן די בחורי הישיבה איבערגעגעבן א כוללות קוויטל מיט די נעמען פון אלע בחורים, אנגעשלאסן אין "חבורת הורנו" ללימוד הלכה, וואס כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט מייסד געווען פאריאר ביים שבע ברכות פון אן אייניקל בהיכל המתיבתא. דער רב האט איבערגעקוקט די נעמען מיט א קענטיגע שמחה און ווארעם אנגעוואונטשן אלע בחורים מיט ברכות עד בלי די.


עס האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הרה"ג ר' אבא הורוויץ שליט"א, ראש ישיבת באבוב לאנדאן, און איינע פון די תלמידי המתיבתא האט געזונגען גראמען.


מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ ראש ישיבת באבוב שליט"א, און די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די רמ"י הישיבה, ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.


צום שלוס זענען די בחורים ארויס אין ריקודין של שמחה לכבוד שמחת חתן וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע צייט.



תגובות


bottom of page