top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע שבת אפגעראכטן אין בארא פארק דורך האד' מסקולען ירושלים אינאיינעם מיטן פלומעניק האד' מסקולען

  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN

הונדערטער תושבי בארא פארק און פילע אורחים נכבדים פון אומעטום האבן די וואך שבת מיטגעלעבט א הערליכער ווארימער סקולענער שבת ווען כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א איז געווען צוגאסט אויך שבת אין שטאט און האט געפראוועט א פולער שבת אינאיינעם מיטן פלומעניק כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, במקום שהתפללו אבותיו דארט וואו אביו הגדול הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ"ל האט אפגעראכטן זיין עבודת הקודש רבות בשנים, און דארט וואו דער רבי שליט"א פון ירושלים האט משמש געווען ברבנות, די ערשטע תקופה נאכן התסלקות פונעם טאטן דער סקולענער רבי ז"ל.


ווי באריכטעט איז דער סקולענער רבי שליט"א פון ירושלים איז אנגעקומען קיין ניו יארק לכבוד די שמחה במעונו, די שמחת השלום זכר און דער ברית  לבן הנולד ביים רבינ'ס זון הרב יעקב יוסף פארטוגאל שליט"א, און צו דעם געלעגנהייט האט דער סקולענער רבי איינגעלאדענט דער פעטער אויף שבת קיין בארא פארק.


צו קבלת שבת האט די רבי מכבד געווען די פעטער די ירושלימער רבי צו דאווענען פארן עמוד, ווי די רבי האט אראפגעלייגט א ווארעמע דאווענען ווי זיין שטייגער מיט אלע סקולענער תנועות.


צום עריכת השולחן זענען די האדמורי"ם שליט"א אריינגעקומען קורצליך נאך 12:00, דאס ביהמ''ד איז געווען ספעציעל אויסגעשטעלט אויף א גרעסערן פארנעם נעמענדיג אין באטראכט דער ערווארטעטע פלייץ פון חסידים און תשובי העיר, די זמירות און שלום עליכם האבן די רבי'ס געזאגט אינאיינעם, צוערשט האט די רבי פון ירושלים געמאכט קידוש און דערנאך האט דער סקולענער רבי קידוש געמאכט וואו די רבי'ס האבן זיך אויפגעהויבן דעם כוס איינער דעם אנדערן.


מיט די זמירות האט די סקולענער רבי מכבד געווען די קינדער פונעם רבי'ן פון ירושלים און זיינע באגלייטער. נאך די מאכלים האט מען אויסגעמישט די שיריים פון ביידע רבי'ס און פארטיילט פאר די חסידים, עס איז געווען א מחזה הוד וואו דער רבי פון ירושלים האט גענומען שיריים פונעם פלומעניק דער סקולענער רבי מיט א פשטות און ענוות חן.


ביידע רבי'ס האבן געזאגט תורה, דער רבי פון ירושלים האט ארומגערעט איבער די קדושת המקום פון דעם ביהמ"ד וואו דער טאטע און דער ברודער זכר צדיקים לברכה האבן דא מפשיע געווען פאר אידישע קינדער, קידשה לשעתה וקידשה לעתיד.


נאכדעם האט דער סקולענער רבי געזאגט תורה און ווארעם באגריסט דעם חשובן גאסט מיט פאסיגע דיבורים בכבודו הרם.


בשעתן טיש איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פונעם אייניקל ביים ירושלימער רבי וואו מען האט געזונגען ניגוני שמחה און דער בעל שמחה הרב יעקב יוסף פארטוגאל האט געבענטשט. אזוי האט זיך דער טיש פארצויגן בשירות ותשבחות ביז אין די פריע פארטאגס שעהן.


שבת צופרי איז מען אריין געקומען צום דאווענען אום 10:00, צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל שעראפער איש אמונם פון אדמור"י בית סקולען. ביי קריאת התורה איז געווען א באזונדערע מנין פאר די בני ארץ ישראל, וואו מען האט געליינט די קריאה פון נשא און בהעלותך לויט די סדר הפרשיות אין ארץ ישראל. צו מוסף איז צוצגעגאנגען די רבי שליט"א פון ירושלים, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען אין בית המדרש די קידושא רבא דורך די אדמור"ים שליט''א, וואו ביידע רבי'ס האבן קידוש געמאכט, געזאגט תורה, און אינאיינעם פארטיילט שיריים פאר די בעלי השמחה.


שבת נאכמיטאג האט הרב מנחם זאב פארטוגאל זון פון כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א איבערגעגעבן א שיעור פרקי אבות אין ביהמ"ד.


ביי שלש סעודות האט די רבי פון ירושלים משמיע געווען רירנדע דברות קודש בשבח המקום, וואס איז ווייטער קאי וקיים און דאס הייליג פייער ברענט ווייטער אויף אזא דערהויבענער פארנעם, אונטער די השפעה פונעם רבי'ן שליט"א, און ספעציעל ארויסגעברענגט דעם רבינס פשטות און ענווה וואס שפיגלט אפ דער מהות פון די אבות הקדושים.


נאך מעריב האבן ביידע רבי'ס געמאכט הבדלה און געוואונטשן דעם עולם א גוטע וואך. עס איז שוין געווען שפעט באנאכט ווען די רבי פון ירושלים האט זיך געזעגענט מיטן פלומעניק דער סקולענער רבי שליט"א און זיך באדאנקט פארן שבת וואס וועט לאנג בלייבן איינגעקריצט אין די הערצער.



bottom of page