top of page
האד' מסקולען באזוכט ביי האד' מסאטמאר אין מחנה דברי יואל - סוואן לעיק
דינסטאג פ' ראה • כ''א אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק ג,JDN פארגאנגענעם ליל שישי, איז כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א אנגעקומען אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק, וואו דער רבי האט אפגעשטאט א ביקור נימוסין ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. די רבי'ס האבן א לענגערע וויילע ארומגעשמועסט בנועם שיח, בדברי תורה, עניני חסידות, און סיפורי צדיקים, און דערנאך זיך געוואונטשן לחיים. נאכ'ן באזוך האט דער סאטמארער רבי שליט"א ארויסבאגלייט דעם גאסט ביותרת הכבוד.


להודות ולהלל: מאסן חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן גראנדיעזע מעמד הודאה מוצאי שבת נחמו בחצרות סקולען
דינסטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מאסן חסידים ואנשי מעשה, פון איבער גרעיטאר ניו יארק און ניו דזשערזי, האבן זיך דעם מוצאי שבת פארזאמלט כאיש אחד בלב אחד ביים גראנדיעזן מעמד פון שבח והודאה, דער גרויסארטיגער סעודת הודאה רבתי בחצרות בית סקולען, וואס איז געפּראוועט געווארן בשיר וקול תודה אין די גרויסע זאלן פון "עטרת גאלדא" אין שטאט בארא פארק, בראשות כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א ואחיו כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א, במקהלות עם רב, צו דאנקען און לויבן דעם


האד' מסקולען באזוכט אין מחנה צעהלים לרגל הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק בעל ערוגת הבושם זי"ע
דאנערשטאג פ' ואתחנן • ט' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, וועלכער האלט זיך אויף דורכאויס די זומער וואכן אין מחנה מראה יחזקאל קארלסבורג אין די קאנטרי, איז דעם מוצאי שבת אריבערגעפארן צום מחנה ערוגת הבושם צעהלים אויף די איינלאדענונג פון די הנהלה פון די צעהלימער ישיבה, וואו דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים מלוה מלכה רבתי לקראת די הילולא קדישא פונעם הייליגן ערוגת הבושם זי''ע, פון וועם דער סקולענער רבי שליט"א איז אן אייניקל מצד אביו כ"ק אדמו"ר


מאסן חסידים ואנשי מעשה וועלן מיטהאלטן פייערליכע סקולענער סעודת הודאה אין בארא פארק בצל האחים האדמורי"ם מסקולען
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילד קרעדיט: JDN מיט שבח והודאה גרייטן זיך טויזנטער חסידים ואנשי מעשה מיטצוהאלטן היינטיגן מוצאי שבת קודש די פייערליכע מעמד "סעודת הודאה", וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין די סקולענער הויף, ביי וועלכע מען וועט אפגעבן שבח והודאה להשי"ת אויף די גרויסע חסדים פון די הצלה ושחרור פון די צדיקי בית סקולען, כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל "נועם אליעזר" זצוק"ל ובנו כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל "מאור ישראל" זצוק"ל. די ברידער כ"ק האדמורי"ם מסקולען און ישועת יעקב ס


התרגשות של שמחה ביים גרויסן בר מצווה פונעם בן זקונים פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א
זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN בשמחה ובצהלה האבן פילצאליגע חסידים ומעריצים לבית סקולען מיטגעהאלטן די גרויסע שמחת הבר מצווה פונעם בן זקונים פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, הבחור החשוב אלימלך פארטוגאל נ"י, אייניקל פון הגה"צ רבי שלמה אליעזר ברוינשטיין שליט"א אבד"ק טערניווא. פילע חסידים זענען ספעציעל אריינגעקומען פון אלע שטעט און פון די קעטסקילס קאנטריס, כדי צו נעמען א חלק אינעם גרויסן שמחה, זייענדיג די ערשטע שמחה אינעם סקולענער


גרויס התרגשות בחצר הקודש סקולען לקראת שמחת הבר מצוה פון בן זקוניו פון האד' מסקולען
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש גרויס התרגשות הערשט די טעג בחצר הקודש סקולען, ווען חסידים גרייטן זיך מיט פרייד צו דער גרויסער שמחה – די בר מצוה פונעם בן זקונים ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, הבחור כמר אלימלך נ"י, וועלכע וועט בעזרת השם פארקומען דעם קומענדיגן מיטוואך מטות מסעי אין סקולענער ביהמ''ד אין בארא פארק. די שמחה טראגט מיט זיך א באזונדערע באדייטונג, זייענדיג דאס די ערשטע שמחה אינעם הויף, זינט דער רבי שליט"א האט אנגענומען די כתר האדמורו"ת מיט ארום צוו


הערליכע שבת אפגעראכטן אין בארא פארק דורך האד' מסקולען ירושלים אינאיינעם מיטן פלומעניק האד' מסקולען
מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN הונדערטער תושבי בארא פארק און פילע אורחים נכבדים פון אומעטום האבן די וואך שבת מיטגעלעבט א הערליכער ווארימער סקולענער שבת ווען כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א איז געווען צוגאסט אויך שבת אין שטאט און האט געפראוועט א פולער שבת אינאיינעם מיטן פלומעניק כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, במקום שהתפללו אבותיו דארט וואו אביו הגדול הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ"ל האט אפגעראכטן זיין עבודת הקודש רבות בשנים, און


עָלָה מַעֲלוֹת רָמוֹת • ל"ג בעומר בחצר הקודש סקולען
מוצאי שב"ק פ' בהר בחוקתי • כ''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


וירא מנוחה כי טוב: האד' מסקולען אויף אפרוה אין סיגעיט | בילדער גאלעריע
מאנטאג פ' בהר בחוקתי • י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


ווידיאו • האד' ממונקאטש באשיינט חגיגת הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד סקולען אין וויליאמסבורג
דינסטאג פ' צו • ו' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש


שבת הילולא: זיבעטע יארצייט פון הרה״ק בעל מאור ישראל מסקולען זצוק״ל אפגעראכטן בצל נכדו האד' מסקולען
מאנטאג פ' ויקרא • כ''ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN מיט רגשי געגועים וכיסופים האבן חסידי סקולען אפגעצייכנט דעם פארלאפענעם שבת ויקהל־פקודי, די זיבעטע הילולא קדישא רבן ואוהבן של ישראל הרה״ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ״ל בצל הקודש פון נכדו וממלא מקומו כ״ק אדמו״ר מסקולען שליט״א. לרגל די שבתא דריגלא זענען געקומען צו פארן צענדליגע געסט פון אלע מקומות מיטצוהאלטן די תפילות און טישן בצל הקודש בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא. ארום עלף אזייגער איז דער רבי שליט״א


פורים בחצר הקודש סקולען | בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' ויקהל פקודי • כ''א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער


מגורי אביו: ערשטמאליגער שבת אין מאנטרעאל דורך האחים האדמורי"ם מסקולען
מיטוואך פ' תרומה • א' אדר | בחצרות הקודש מיט התרוממות דקדושה ווערט אויפגענומען ביי חסידים ואנשי מעשה תושבי מאנטרעאל בכלל, און חברי ק"ק מאור הגולה בפרט, איבער אן ערשטמאליגער שבת מרומם וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין שטאט בשבת אחים גם יחד, האחים האדמורי"ם מסקולען, קינדער פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל. די ברידער כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א און כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א וועלן קומען צו פארן לרגל די שמחת החתונה בבית גיסם הגה"צ ר' יואל מאסקאוויטש שליט"א, רב דקהל מאור הגול


תושבי וויליאמסבורג מיטגעהאלטן געמיינזאמען שבת בצל האחים כ"ק האדמורי"ם מסקולען וישועת יעקב סקולען שליט"א
זונטאג פ' משפטים • כ''א שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלמה ב., JDN מיט אן התרגשות דקדושה האבן תושבי וויליאמסבורג מיטגעהאלטן דעם ערשטמאליגן געהויבענעם שבת בצל האחים כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א און כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א, וועלכע האבן צוזאמען געפראוועט דעם שבת שירה, אין סקולענער בית המדרש אין וויליאמסבורג. דאס איז געווען א געהויבענע געלעגנהייט פאר די תושבי העיר און געסט פון אומעטום, מיטצוהאלטן די תפלות און עריכת השולחנות וואס די רביים שליט"א האבן אפגעראכטן צוזאמע


חמשה עשר בשבט אין סקולענער הויף | גאלעריע
מיטוואך פ' יתרו • י"ז שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


עבד מלך: חסידי סקולען באגלייטן למנוחות פיליעריגער געטרייער משב"ק ביי צדיקי בית סקולען הרה"ח ר' קלמן מיסקי ז"ל
מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש מיט ערשיטערטע געמיטער האבן הונדערטער היינט באגלייט למנוחות דער פיליעריגער לעגענדארער משב"ק ביי צדיקי בית סקולען, הרה"ח ר' קלמן מיסקי ז"ל, וואס איז היינט נפטר געווארן אין עלטער פון 74 יאר, לדאבון לב כל בית סקולען. הרה"ח ר' קלמן איז שוין פון זיינע יונגע יארן צוגעצויגן געווארן צו הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זי"ע אשר סמך ידיו עליו און אים ממנה געווען אלס משמשו בקודש, און שפעטער האט ער זוכה געווען אנצוהאלטן די עבודת הקודש און התקשרות ביי מ


הַנֵּרוֹת הַלָּלוּ • יום טוב חנוכה בחצר הקודש סקולען
פרייטאג פ' ויגש • ו' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN


דבריהם הם זכרונם: ערשטער באנד פון ספר "ישועת יעקב" ערשיינט פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצוק"ל
מוצאי שב"ק פ' וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידים ואנשי מעשה האנדלן זיך די טעג איין דעם נייעם חיבור "ישועת יעקב" אמרות טהורות פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצוק"ל, וואס איז אין די טעג ערשינען לאור עולם, לשמחת לב יראי ה' וחושבי שמו. דער פרישער חיבור "ישועת יעקב" איז צוזאמגעשטעלט פון די מאמרים ואמרות קודש וואס מ'האט במשך השנים געהאט די זכי' צו הערן פונעם סקולענער רבי'ן זצוק"ל בעל ישועת יעקב, וואס עס ליגט נאך אין די ביינער פון אלפי ישראל דעם טעם עליון וואס מ'האט געפירט ב


אהבת קדומים: האד' מסאדיגורא באזוכט ביי האד' מסקולען
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש כ״ק אדמו״ר מסאדיגורא שליט״א וואס איז אנגעקומען אויף א קורצן באזוך אין שטאט בארא פארק, האט נעכטן דינסטאג אוונט אפגעראכטן א ביקור נימוסין ביי כ״ק אדמו״ר מסקולען שליט״א וועלכע האט אויפגענומען דעם רבי'ן מיט א געוואלדיגן התרגשות, דער שמועס האט זיך פארצויגן איבער די קשר און דביקות פון צדיקי בית סקולען און סאדיגורא לדורותיהם, דערנאך האט דער סקולענער רבי אנגעהויבן דעם ניגון אור זרוע לצדיק און מכבד געווען מיט לחיים. נאכן באזוך האט די ר


הרימותי בחור: מסיבת מלוה מלכה פאר בחורי חסידי סקולען בראשות האד' מסקולען
דינסטאג פ' וישלח • י''ב כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ארי פריינד, JDN


bottom of page
