top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שבת הילולא: זיבעטע יארצייט פון הרה״ק בעל מאור ישראל מסקולען זצוק״ל אפגעראכטן בצל נכדו האד' מסקולען

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' ויקרא • כ''ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN

מיט רגשי געגועים וכיסופים האבן חסידי סקולען אפגעצייכנט דעם פארלאפענעם שבת ויקהל־פקודי, די זיבעטע הילולא קדישא רבן ואוהבן של ישראל הרה״ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ״ל בצל הקודש פון נכדו וממלא מקומו כ״ק אדמו״ר מסקולען שליט״א. לרגל די שבתא דריגלא זענען געקומען צו פארן צענדליגע געסט פון אלע מקומות מיטצוהאלטן די תפילות און טישן בצל הקודש בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא.


ארום עלף אזייגער איז דער רבי שליט״א אריינגעקומען צום טיש אין ביהמ״ד וועלכע איז געווען פול געפאקט מלא וגדוש. דער רבי האט אנגעהויבן שלום עליכם און אפגעראכטן דעם טיש אויף א גאר געהויבענעם פארנעם מיט די סקולענע נעימות און מתיקות. דורכאויס די טיש האט דער רבי עטליכע מאל אויפגעטרעטן מיט דברות קודש במשנתו הטהורה פונעם בעל ההילולא.


צווישן אנדערע האט דער רבי דערמאנט די מלחמת אש קודש וואס דער בעל ההילולא האט געפירט א קעגן די פגעי הטעכנאלאגיע און ארויסגעברענגט דער פליכט ווייטער אנצוהאלטן דעם מלחמה לה׳ למען עתיד דורותינו.


ביים טיש האבן זיך באטייליגט מערערע רבני העיר, צווישן זיי: אב״ד כליל תפארת סקולען, אב״ד אוהעל, אב״ד אור יחזקאל, אב״ד טעטש, הגאון רבי הערשל היילפרין דומ״ץ וויען ב״פ, הרב יעקב יוסף פארטוגאל בן האדמו״ר מסקולען י־ם, הגה"צ רבי פייבוש מאסקאוויטש שליט"א משאץ און נאך.


שבת צופרי האבן מיטגעדאווענט מיטן רבי׳ן כ״ק אדמו״ר מדזיקוב וויזניץ ב״פ שליט״א לרגל די שמחת החתונה פון בנו החתן מיט הכלה בת הגה״צ אב״ד כליל תפארת סקולען שליט״א. דער סקולענער רבי שליט״א האט מכבד געווען דעם דזיקוב וויזניצער רבי׳ן צו דאווענען שחרית פארן עמוד און אויך מיט די עליה פון שישי. דער רבי האט עולה געווען מפטיר און דערנאך געבענטשט ראש חודש און געדאווענט מוסף פארן עמוד.


נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבא, ווי דער רבי האט אויפגעטראטן מיט דברות קודש און דערמאנט די שמחה בבית הגה״צ אב״ד כליל תפארת שליט"א וועלכע איז געווען גאר באליבט ביים זיידן דער בעל ההילולא און ער איז אויך עוסק ארויסצוגעבן די ספרי מאור ישראל.


דערנאך איז פארגעקומען סעודת צפרא דשבתא אינאיינעם מיט די קרוב צו הונדערט בחורי החסידות און צענדליגע געסט פון אויסער די שטאט. עס האט אויפגעטרעטן הרב אברהם יצחק בלום משב״ק אדמו״רי בית סקולען וועלכער האט דערציילט הפלא'דיגע סיפורים ועובדות וואס ער פערזענליך האט זוכה געווען מיטצוהאלטן בקודש פנימה ביים בעל ההילולא.



תגובות


bottom of page