האד' מסקולען באזוכט אין מחנה צעהלים לרגל הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק בעל ערוגת הבושם זי"ע
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' ואתחנן • ט' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, וועלכער האלט זיך אויף דורכאויס די זומער וואכן אין מחנה מראה יחזקאל קארלסבורג אין די קאנטרי, איז דעם מוצאי שבת אריבערגעפארן צום מחנה ערוגת הבושם צעהלים אויף די איינלאדענונג פון די הנהלה פון די צעהלימער ישיבה, וואו דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים מלוה מלכה רבתי לקראת די הילולא קדישא פונעם הייליגן ערוגת הבושם זי''ע, פון וועם דער סקולענער רבי שליט"א איז אן אייניקל מצד אביו כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל, וועלכער איז געווען אן איידעם ביי הגה"צ אב"ד טעטש זצ"ל, וועלכער האט געצויגן זיין יחוס בן אחר בן צום הייליגן ערוגת הבושם.
דער רבי שליט"א האט דערביי פארברענגט מיט די בחורים בשירות ותשבחות, זינגענדיג די זמירות מלוה מלכה און נאך פארשידענע ניגונים פונעם אוצר הטוב לבית סקולען, און באזונדער האט דער רבי דערציילט סיפורי קודש פונעם גרויסן בעל הילולא, באגלייט מיט דברי הדרכה פאר די בחורי חמד. נאכן מלוה מלכה איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א באזוך במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מצעהלים שליט"א אינעם קעמפ, וואו עס איז פארצויגן געווארן א הערליכע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים.








