גרויס התרגשות בחצר הקודש סקולען לקראת שמחת הבר מצוה פון בן זקוניו פון האד' מסקולען
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

גרויס התרגשות הערשט די טעג בחצר הקודש סקולען, ווען חסידים גרייטן זיך מיט פרייד צו דער גרויסער שמחה – די בר מצוה פונעם בן זקונים ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, הבחור כמר אלימלך נ"י, וועלכע וועט בעזרת השם פארקומען דעם קומענדיגן מיטוואך מטות מסעי אין סקולענער ביהמ''ד אין בארא פארק.
די שמחה טראגט מיט זיך א באזונדערע באדייטונג, זייענדיג דאס די ערשטע שמחה אינעם הויף, זינט דער רבי שליט"א האט אנגענומען די כתר האדמורו"ת מיט ארום צוויי יאר צוריק, און דעריבער קוקן די חסידים ארויס מיט גרויס עקסטאז מיטצולעבן די געהויבענע שמחה בצל הקודש.
די ימי השמחה האבן זיך שוין אנגעהויבן פארגאנגענעם שבת קודש פרשת חקת־בלק, ווען דער חתן הבר מצוה איז עולה געווען לתורה אין סקולענער בית המדרש אין בארא פארק. כנהוג האט ער עולה געווען די קריאה פון מפטיר וואס האט נאכגעפאלגט מיט טענץ און געזאנג, און צווישן די באטייליגטע האט זיך אנגעזעהן דער רבינ'ס ברודער, כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א, וועלכער האט מיטגעהאלטן די גאנצע שבת של שמחה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבה לכבוד דער שמחה, וואו דער רבי שליט"א האט מכבד געווען דער חתן הבר מצוה, צו זאגן דעם פשעטל, און דערנאך האט דער ציבור זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע ריקודים לכבוד די שמחה.
אין די קומענדיגע טעג וועט דער רבי שליט''א אהיימקומען פון מחנה "מראה יחזקאל" קארלסבורג אין די קעטסקילס, וואו ער וויילט במשך די זומער וואכן, און אריינקומען אין שטאט צו פראווען די שמחת הבר מצוה ברוב עם הדרת מלך.
די שמחה וועט פארקומען דעם מיטוואך מטות מסעי אין סקולענער בית המדרש, בהשתתפות פילצאליגע חסידים מעריצים און קרובי המשפחה פון אומעטום, ווי אויך פילע חסידים וועלכע וועלן אריינקומען פון די קאנטרי, כדי מיטצוהאלטן די שמחה הרוממה, בקול רנה ותודה המון חוגג.





תגובות