top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן חסידים ואנשי מעשה וועלן מיטהאלטן פייערליכע סקולענער סעודת הודאה אין בארא פארק בצל האחים האדמורי"ם מסקולען

  • 21 ביולי
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 26 ביולי

דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: JDN

מיט שבח והודאה גרייטן זיך טויזנטער חסידים ואנשי מעשה מיטצוהאלטן היינטיגן מוצאי שבת קודש די פייערליכע מעמד "סעודת הודאה", וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין די סקולענער הויף, ביי וועלכע מען וועט אפגעבן שבח והודאה להשי"ת אויף די גרויסע חסדים פון די הצלה ושחרור פון די צדיקי בית סקולען, כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל "נועם אליעזר" זצוק"ל ובנו כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל "מאור ישראל" זצוק"ל.

די ברידער כ"ק האדמורי"ם מסקולען און ישועת יעקב סקולען שליט"א וועלן דאס יאר ווידער פראווענען דעם סעודת הודאה אינאיינעם בשבת אחים גם יחד, נאך וואס פארגאנגענע יאר איז די סעודת הודאה אין שפיץ פון די ברידער האדמורי"ם פארגעקומען אויף א קלענערן פארמאט שטייענדיג נאך בשנת האבילות נאכן הסתלקות פון זייער גרויסן פאטער כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל.

היי יאר וועט די גרויסע סעודת הודאה פארקומען אויף פיל א גרעסערע פארנעם בתופים ובמחולות, און פאר דעם צוועק איז ארויסגעדינגען געווארן די פראכטפולע עטרת גאלדא זאלן אין בארא פארק, צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס גרייטן זיך מיטצוהאלטן די געהויבענע מאמענטן פון הלל והודאה.

די יומא טבא וועט זיך שוין אנהייבן שבת קודש פרשת ואתחנן שבת נחמו, ווען די ברידער האדמורי"ם שליט"א וועלן פראווענען דעם שבת אינאיינעם בצוותא חדא אינעם סקולענער הויף, במקום שהתפללו אבותיהם צדיקי בית סקולען זצ"ל, מטעם די וועד האש"ל בחצר הקודש סקולען ווערט צוגערישט אש"ל מלא פאר די פילע געסט וואס וועלן קומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת.


תגובות


bottom of page