הערליכע חגיגת הכנסת ספר תורה אינעם היכל ביהמ"ד ישועת ישראל סקולען אין בארא פארק
דאנערשטאג פרשת בראשית - כ"ז תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
אן אומפארגעסליכע שיינע שמחה איז געפּראַוועט געווען דעם מאנטאג, א' דחוה"מ סוכות, זמן שמחתינו, ביי דער הערליכער שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן אינעם היכל ביהמ"ד ישועת ישראל סקולען אין בארא פארק, דורך עדת חסידי סקולען לזכרו ולעילוי נשמתו הטהורה פון רבם ומאורם, צדיק תמים ונשגב, כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל "ישועת יעקב" מסקולען זצוק"ל, שטייענדיג שוין איבער צוויי יאר נאך זיין הסתלקות לגנזי מרומים.
די פרייליכע חגיגה האט זיך אנגעהויבן אין די נאכמיטאג שעה'ן ביי די תהלוכה לכבודה של תורה וואס איז ארויס פון שטוב פון הרה"ח ר' מנחם יצחק גורעלניק הי"ו, מחשובי חסידי סקולען, אויף דער 54'סטער גאס, וואו כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א האט אפגעראכטן א שולחן לחיים אינעם סוכה, איידער'ן ארויספירן די ספר תורה לרחובה של עיר, וואו הונדערטער חסידים, בעלי בתים, אברכים, בחורים, און ילדי חמד מיט פאקלען אין די הענט האבן געטאנצט אויף די גאסן זיך מיטפרייענדיג בשמחת התורה בתופים ומחולות.
די ספר תורה איז אריבערגעגאנגען פון איינעם צום אנדערן. צום ערשט פאר די קינדער פון רבי'ן זצ"ל, דערנאך פאר'ן ברודער כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א, דער שוואגער הגה"צ אב"ד ויטקא שליט"א, און אזוי אויך הגה"צ רבי אורי קלוגהויפט שליט"א אב"ד מאור ישראל סטעטן איילענד, הגה"צ אב"ד טאלמיטש שליט"א, הגה"צ אב"ד כליל תפארת סקולען שליט"א, די משמשים בקודש, זקני החסידים און נכבדי העדה, אריינגערעכנט אנשים חשובים און געסט פון ארץ ישראל, צווישן זיי הגה"ח ר' מנחם ווייס שליט"א ראש ישיבת אושפיצין, הרה"ח ר' אהרן ישראל גורעלניק הי"ו און נאך.
דערנאך האבן די בעלי בתים און יונגעלייט חברי הקהילה געהאט א באזונדערע זכי' צו טאנצן מיט די ספר תורה, בעת כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א באגלייט די גאנצע תהלוכה מיט גרויס דביקות, והיה מפזז ומכרכר לכבוד שמחת התורה בשמחה עצומה.
אנקומענדיג צום ביהמ"ד סקולען האט די שמחה דערגרייכט צום קלימאקס, וואו דער סקולענער רבי שליט"א האט אריינגעפירט די ספר תורה אינעם סוכה הגדולה פארנט פון ביהמ"ד, אנכאפנדיג אין אחיו כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א. דער סקולענער רבי שליט"א האט אפגעראכטן ריקודי קודש בעוז ותעצומות ווען דער ציבור הייבט זיך אין דער לופטן.
דערנאך האט געטאנצט מיט די ספר תורה כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א און אלע קינדער און איידעמער פונעם רבי'ן זצ"ל, יעדער באזונדער. נאכדעם איז געווען א געהויבענער מחול לצדיקים וואו די גאנצע משפחה האבן געטאנצט אינאיינעם מיט אן אויסערגעווענליכן התלהבות.
דער סקולענער רבי שליט"א האט דערנאך אריינגעפירט די ספר תורה אין ביהמ"ד גופא. ווי נאר די ספר תורה האט זיך באוויזן אין ביהמ"ד, האט דער רבי שליט"א מיט א הייליגן ברען פון שמחה ווידער אפגעראכטן די ריקודין אין צענטער פון היכל, בית מדרשו של רבי, און עס אויך איבערגעגעבן פאר'ן ברודער כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א צו טאנצן.
די אנוועזנדע רבנים און נדיבים בעם האבן נאכדעם געטאנצט מיט די ספר תורה. האדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א האט פארגעזאגט "לדוד מזמור" פסוק בפסוק מיט גרויס התעוררות, מען האט געזונגען ווארימע ניגוני התעוררות, און די רבי'ס שליט"א האבן אינאיינעם אריינגעפירט די ספר תורה צום ארון הקודש.
שפעטער איז געווען צוגעשטעלט א רייכע סעודה באזונדער פאר די בחורים און יונגעלייט, און עקסטער פאר די נדבנים, זקני החסידים און אנשים מכובדים אינעם גרויסן סוכה וואו די רבי'ס שליט"א זענען אריינגעקומען צו דער סעודת מצוה לגומרה של תורה.
במשך דער סעודה האבן זיך באטייליגט די רבנים פון שטאט. די אדמו"רים שליט"א האבן משמיע געווען מדברות קדשם, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע תשוקה און דביקות פונעם רבי'ן זצ"ל צו דער תורה הקדושה און די גרויסע שמחה אריינצוגעבן א ספר תורה לזכרו הטהור, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע נדבנים און עסקנים וואס האבן גענומען א חלק אין דער ספר תורה און זיך משתתף געווען אין דעם גרויסארטיגן מעמד לכבודה של תורה ולזכרו הבהיר פון רבי'ן זצ"ל.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"צ רבי נחום טווערסקי שליט"א חתנא דבי נשיאה מיט א שיינע דרשה, און צום שלוס האט דער ציבור זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע און פייערדיגע ריקודין פאר א לענגערע וויילע בשמחת התורה.



























תגובות