top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הכנה דרבה אין חצר הקודש סקולען געהויבענעם הכנסת ספר תורה קומענדיגן מאנטאג א' דחוה"מ סוכות

לפני שעה (1)
זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג שבוע שחל בו סוכות • י''א תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

גרויסע הכנות גייען אן אין די טעג צווישן עדת חסידי סקולען, צום גרויסן מעמד "הכנסת ספר תורה" וואס וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן קומענדיגן מאנטאג, א' דחוה"מ סוכות הבעל"ט, און וועט אריינגעגעבן ווערן צום היכל ביהמ"ד הגדול דחסידי סקולען אין בארא פארק, בראשות כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.


די ספר תורה איז געשריבן געווארן דורך עדת חסידי סקולען לזכרו נשמתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסוקלען זצוק"ל, צו וועמען די חסידים זענען געווען אזוי שטארק מקושר בכל לב ונפש, און ביז צום היינטיגן טאג שוין איבער צוויי יאר נאך'ן רבי'נס הסתלקות, בענקט זיך אזוי שטארק צוריק צו די געהויבענע עבודה פונעם רבי'ן זצ"ל וואס האט אריינגעשיינט אן אור בלבבות בני ישראל מיט זיין ליכטיגן נעימות כדרך אבותיו הק'.


גלייך נאך'ן הסתלקות פונעם רבי'ן, ביום ה' אלול תשפ"ד זענען די חסידים געווען נמנו לדבר מצוה, מנציח צו זיין זכרו הבהיר פונעם רבי'ן זצ"ל מתוך דברי תורה, דורכ'ן שרייבן א ספר תורה לטובת נשמתו פונעם רבי'ן זצ"ל.


אצינד איז די ספר תורה פארענדיגט ווערן, און עס איז באשטימט געווארן אפצורעכטן דעם מעמד הכנסת ספר תורה במשך די ימי השמחה פונעם יו"ט סוכות הבעל"ט, טאקע אינעם טאג פון א' דחוה"מ, דעם דריטן טאג סוכות, אושפיזא דיעקב שלימתא, וואס דער רבי זצוק"ל האט געטראגן דעם נאמען.


די ספר תורה וועט אי"ה אריינגעפירט ווערן צום היכל ביהמ"ד סקולען אין בארא פארק, דער מקום וואס איז נתקדש געווארן בקדושה של מעלה מיט די עבודה פונעם סקולענער רבי'ן כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל מאור ישראל זצוק"ל, און שפעטער דורך די עבודה פון בנו כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל ישועות יעקב זצוק"ל, וואס פלעגט אויך אין די פריערדיגע יארן כסדר דארט אפרעכטן זיין עבודת הקודש בצל אביו זצ"ל, ובפרט אין די שפעטערע יארן ווען דער רבי האט איבערגענומען דעם כתר ההנהגה, און געפירט זיין געהויבענע עבודה ביי די ווארעמען תפלות און ליכטיגע טישן אין דעם היכל ביהמ"ד.


די ספר תורה וועט ארויסגיין פון שטוב פון הרה"ח ר' מנחם יצחק גורעלניק הי"ו מחשובי חסידי סקולען אויף די 54'סטע גאס, נאכגעפאלגט מיט די פרייליכע תלוכ ברחובה של עיר, און דערנאך די ריקודים וואס וועלן אפגעראכטן ווערן אינעם סוכה הגדולה פארנט פון סקולענער ביהמ"ד אויף די 54'סטע גאס, אינאיינעם מיטן סעודה לגמרה של תורה און מעמד שמחת בית השואבה בתופים ובמחולות, בראשות האחים האדמור"ים שליט"א מסקולען און ישועת יעקב סקולען שליט"א.



תגובות


bottom of page