מקץ שנתיים: הילולא בתרייתא פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצוק"ל בעל ישועת יעקב בצל בניו האדמור"ים מסקולען
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 3 דקות
מאנטאג פ' כי תבא • י''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלום שווארץ.JDN
מיט גרויס געגועים און כיסופין איז אפגעצייכנט געווארן די הילולא בתרייתא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל ישועת יעקב מסקולען זצוק"ל וואס איז אויסגעפאלן דעם דינסטאג, ה' אלול, ווען דערביי האבן מאסן אידן פוקד געווען דעם ציון הק' און מיטגעהאלטן די סעודת הילולא רבתי וואס איז היי יאר אפגעראכטן געווארן אין וויליאמסבורג, בראשות בניו ממשיכי דרכו כ"ק האדמורי"ם שליט"א.
די הכנות צו די הילולא קדישא האט זיך שוין געשפירט במשך דעם שבת לפני ההילולא, וואס איז אפגעראכטן געווארן אין די סקולענער ביהמ"ד אין בארא פארק, וואו די ברודער האדמור"ים מסקולען און ישועת יעקב סקולען האבן פארגעדאווענט די תפילות פארן עמוד מיט גרויס התעוררות און התרגשות.מוצאי שבת איז אפגעראכטן געווארן דער סעודת מלוה מלכה בבית מדרשו פונעם בעל הילולא, וואו מען האט געהערט זכרונות נעימים פון הרה"ג ר' משה עסטרייכער שליט"א דיין ומורה צדק אין בארא פארק, און מען האט געהערט דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א.
מאסן אידן האבן מיטגעהאלטן די סעודת הילולא רבתי, וואס איז אפגעראכטן געווארן מאנטאג נאכט אין די זאלן פון ויואל משה, צווישן דעם ציבור האבן זיך אנגעזעהן פילע געסט פון איבעראל בפרט פון שטאט מאנטריאל וואו דער רבי זצ"ל האט צענדליגער לעכטיגער יארן משמש געווען ברבנות.
בראש המסובים צו דער זייט פון די ברידער האדמור"ים האבן אויך באשיינט די ברודער יבלחט"א כ"ק האדמורי"ם מסקולען שליט"א פון מאנסי און לעיקוואד, אויך האבן זיך משתתף געווען די שוואגערס כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א ובניו און הגה"צ אב"ד טערניווא שליט"א חותן המלך פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.
במשך די סעודה האט מען זיך מתעלס געווען מיט די ניגוני קודש פון די צדיקי בית סקולען, צווישן זיי ניגונים וואס זענען נתחבר געווארן דורכ'ן בעל הילולא, אין לויף פון די נאכט האט מען געהערט די דברות קודש פון די אדמורי"ם שליט"א קינדער פונעם בעל הילולא, און א דרשה נפלאה פון הגה"ח ר' ישעי' קרויס הי"ו מחשובי חסידי סקולען וועלכע האט איבערגעגעבן שיינע שטריכן פון די געהויבענע עבודה פון רבי'ן זצ"ל בג' עמודי עולם, דערנאך האט מען געהערט דברי זכרון פון הרה''ג רבי יוסף משה דוב אונדסדארפער שליט"א חתנא דבי נשיאה פונעם בעל ההילולא.
כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א האט מכבד געווען די פעטער'ס האדמור"ים פארצוזינגען די ניגוני קודש מאוצר הטוב לבית סקולען און מען האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס.
אויפצומארגנס, דינסטאג זענען מאסן אידן ארויסגעפארן קיין מאנסי, פוקד צו זיין דעם ציון הק' אויפ'ן ביה"ח דק"ק וויזניץ וואו דער רבי זצ"ל איז געקומען למנוחתו הארט נעבן מקום מנוחתם פון זיינע גרויסע אבות, זקינו הרה"ק בעל נועם אליעזר זצוק"ל ואביו הרה"ק בעל מאור ישראל זצוק"ל.
אין די נאכמיטאג שעהן זענען בניו כ"ק האדמורי"ם שליט"א אנגעקומען צום ציון הק' צוזאמען מיט פילצאליגע חסידים, וואו עס האט זיך אנגעמערקט די ספעציעלע איינריכטונגען וואס זענען איינגעשטעלט געווארן אויפ'ן ביה"ח, צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן פלייץ פון חסידים וואס זענען ארויף אויפ'ן ציון הק' במשך דעם גאנצן טאג פון די הילולא.
מען האט געזאגט די באשטימטע מזמורי תהילים, ווי די סקולענער רבי האט פארגעזאגט די ערשטע טייל, און דערנאך מכבד געווען אחיו האדמו"ר מישועת יעקב סקולען מיטן צווייטן העלפט תהלים און די רבי'ס האבן געזאגט קדיש.
דאן האבן די אדמורי"ם שליט"א געליינט קוויטלעך און זיך משתטח געווען אויפן ציון הק' לישועת הכלל והפרט, בעת די משתתפים זינגען התעוררות'דיגער ניגונים מאוצר הטוב לבית סקולען.
צופרי בעצם יומא דהילולא האבן די אדמורי"ם שליט"א פארגעדאוונט שחרית יעדער באזונדער בבית מדרשו אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג, און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים.

























































תגובות