מגורי אביו: ערשטמאליגער שבת אין מאנטרעאל דורך האחים האדמורי"ם מסקולען
- לפני 15 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' תרומה • א' אדר | בחצרות הקודש

מיט התרוממות דקדושה ווערט אויפגענומען ביי חסידים ואנשי מעשה תושבי מאנטרעאל בכלל, און חברי ק"ק מאור הגולה בפרט, איבער אן ערשטמאליגער שבת מרומם וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין שטאט בשבת אחים גם יחד, האחים האדמורי"ם מסקולען, קינדער פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל.
די ברידער כ"קאדמו"ר מסקולען שליט"א און כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א וועלן קומען צו פארן לרגל די שמחת החתונה בבית גיסם הגה"צ ר' יואל מאסקאוויטש שליט"א, רב דקהל מאור הגולה אין שטאט, וואס וועט פארקומען דעם קומענדיגן דאנערשטאג פר' ויקהל פקודי, שבת נאך פורים, און דערנאך אפרעכטן דעם שבת שבע ברכות שבת החודש אין שטאט.
דער באזוך ברענגט אויף טיפע נאסטאלגיע צו די לעכטיגע יארן וואס די שטאט מאנטרעאל האט זוכה געווען צו געניסן פונעם אור בהיר בשחקים, ווען דער רבי זצ"ל האט דארט מאיר געווען מהודו וזיוו פאר צענדליגער יארן, אנפירנדיג מיט די קהלה מאור הגולה און פארשיינט די גאנצע שטאט.
דער גאנצער שבת של שמחה וועט געפראוועט ווערן דורך ביידע ברידער האדמורי"ם אויף א ברידערליכן פארנעם, און וועט זיין א געלעגנהייט פאר'ן ברייטן ציבור תושבי העיר מיטצוהאלטן די געהויבענע תפילות און טישן.
באזונדער גרייט מען זיך צום גרויסארטיגן "הכנסת ספר תורה" וואס וועט פאקרומען ממחרת השבת, זונטאג פר' ויקרא, צום ביהמ"ד מאור הגולה, אריינגעגעבן דורך די בני הקהלה, לזכרונו הטהור פונעם רבי'ן דער ישועת יעקב, און לע"נ דער מייסד ומרא דאתרא פון די קהלה, הגה"צ ר' יצחק אייזיק מאשקאוויטש זצ"ל ראש ישיבת מאור הגולה.
די ספר תורה וועט ארויסגיין מבית הרה"ח ר' יצחק יעקב דייטש יד ימינו פונעם רבי'ן זצ"ל, און וועט פון דארט געפירט ווערן בתופים ומחולות צום בהמ"ד מאור הגולה, בראשות כ"ק האדמורי"ם לבית סקולען.


