top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

להודות ולהלל: מאסן חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן גראנדיעזע מעמד הודאה מוצאי שבת נחמו בחצרות סקולען

  • 28 ביולי
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט:

מאסן חסידים ואנשי מעשה, פון איבער גרעיטאר ניו יארק און ניו דזשערזי, האבן זיך דעם מוצאי שבת פארזאמלט כאיש אחד בלב אחד ביים גראנדיעזן מעמד פון שבח והודאה, דער גרויסארטיגער סעודת הודאה רבתי בחצרות בית סקולען, וואס איז געפּראוועט געווארן בשיר וקול תודה אין די גרויסע זאלן פון "עטרת גאלדא" אין שטאט בארא פארק, בראשות כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א ואחיו כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א, במקהלות עם רב, צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים ונפלאות בימים ההם בזמן הזה, לרגל יום ההצלה והשחרור פון הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זי"ע ובנו הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זי"ע, וועלכע זענען אין דעם געהויבענעם זמן, מיט 67 יאר צוריק, ניצול געווארן פון די קאמוניסטישע גראטעס, מאפילה לאור גדול ומשעבוד לגאולה.


אנגעהויבן פון דעם באשטימטן צייט האבן פילע אידן געשטראמט און איבערגעפילט דעם זאל, וואס איז געווען הערליך אויסגעשטעלט מיט הונדערטער זיצן און די הויך-שטאקיגע פארענטשעס פון ביידע זייטן צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור. במשך דעם מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה די בארימטע סקולענער קאפעליע, אנגעפירט דורך הרה"ח ר' יהושע בערקאוויטש הי"ו אינאיינעם מיטן באקאנטן בעל מנגן ר' יששכר גאטמאן הי"ו, וועלכע האבן אראפגעזינגען געווייקטע הייליגע סקולענער ניגונים מאוצר הטוב מיט דעם באקאנטן סקולענער נעימות.


קרוב לחצות הלילה זענען כ"ק האדמורי"ם שליט"א ערשינען אינאיינעם אין זאל צום סעודת הודאה, ווערנדיג ענטפאנגען בקול תרועת הזמר פונעם ברייט-פארזאמלטן ציבור וואס האבן ספאנטאן אויסגעבראכן אין פייערליכע ריקודין להודות ולהלל, זינגענדיג די בארימטע סקולענער ניגונים אויף "חסדי ה' כי לא תמנו", "נחמו נחמו", "ישמח צדיק" און נאך.


די רבי'ס שליט"א האבן זיך געוואשן צום סעודה, און מען האט ממשיך געווען די זמירות מלוה מלכה און נאך פילע ניגוני הודאה. אויפן אויבן אן האבן זיך אנגעזען צענדליגע אייניקלעך פון די בעלי הנס, רבנים, דיינים און חשובע אורחים וואס זענען געקומען באשיינען דעם מעמד. נאך די פיש האבן די אדמורי"ם געוואנטשן לחיים לכל הקהל הקודש.


דער הויכפונקט פונעם מעמד איז געווען ווען כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש. דער רבי שליט"א האט מיט גרויס התרגשות דערציילט די השתלשלות סיפור נס ההצלה לפרטי פרטים, ארויסברענגענדיג די גרויסע ניסים בימים ההם בזמן הזה, און די מסירות נפש פון אבותיו הקדושים ביז זייערע באפרייאונג מגיא צלמוות.


שפעטער האט דער רבי מכבד געווען אחיו כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א, וועלכער האט ווייטער ארומגערעדט איבער די גרויסע ניסים ונפלאות און די שטענדיגע חיוב ההודאה וואס ליגט אויף יעדן מאנשי שלומנו, צו דאנקען און לויבן אויף די גרויסע חסדים בימים ההם ובזמן הזה.


נאכדעם האט דער סקולענער רבי שליט"א פארגעזינגען מיט גרויס דביקות דעם ניגון "אודה ה' מאד בפי", חזן וקהל, ווען דער ציבור זינגט מיט מיט גרויס רגש. דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב שליט"א פארגעזינגען דעם ניגון "אודך ה' אלוקי".


שפעטער האט דער סקולענער רבי שליט"א מכבד געווען דעם פעטער הגה"צ אב"ד וויטקא שליט"א, חדב"נ הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זי"ע, אויפצוטרעטן מיט דיבורים. דער רב שליט"א האט גאר ווארעם ארומגערעדט איבער די גרויסע ניסים וואס די שווער און די זיידע זי"ע האבן מיטגעמאכט, און דערביי דערציילט פערזענליכע זכרונות וואס זיין רביצין תליט"א געדענקט נאך פון יענע זמנים.


דערנאך האט מען זיך ווידער ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד לכבוד הנסים וואס האט זיך פארצויגן אויף א לענגערע וויילע מיט גרויס התלהבות. נאכן טאנצן האט מען ווייטער ממשיך געווען מיט די זמירות. דער סקולענער רבי שליט"א האט פארגעזינגען דעם ניגון "איש תשבי" פון די זמירות מוצאי שבת, און דערנאך מכבד געווען מיטן בענטשן הגה"צ אב"ד לייפניק שליט"א. נאכן בענטשן האט מען פארענדיגט דעם מעמד מיטן באקאנטן סקולענער ניגון "ונשגב ה' לבדו".


צום שלוס איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן לחיים און א גוטע וואך ביי די אדמורי"ם שליט"א. עס איז שוין געווען אום 3:30 פארטאגס - א שעה פארן עלות השחר, ווען מען האט ארויסבאגלייט די אדמורי"ם מיט פרייליכע טענץ.


תגובות


bottom of page