top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות של שמחה ביים גרויסן בר מצווה פונעם בן זקונים פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א

  • לפני 24 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN

בשמחה ובצהלה האבן פילצאליגע חסידים ומעריצים לבית סקולען מיטגעהאלטן די גרויסע שמחת הבר מצווה פונעם בן זקונים פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, הבחור החשוב אלימלך פארטוגאל נ"י, אייניקל פון הגה"צ רבי שלמה אליעזר ברוינשטיין שליט"א אבד"ק טערניווא.


פילע חסידים זענען ספעציעל אריינגעקומען פון אלע שטעט און פון די קעטסקילס קאנטריס, כדי צו נעמען א חלק אינעם גרויסן שמחה, זייענדיג די ערשטע שמחה אינעם סקולענער הויף זינט דער רבי שליט"א האט אנגענומען דעם כתר ההנהגה נאך דעם הסתלקות פון אביו, כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצוק"ל.


די שמחה איז פארגעקומען אין סקולענער ביהמ"ד אין בארא פארק, וואו עס איז געווען צוגעגרייט א ברייטע און רייכע סעודה לכבוד המאורע. די סקולענער קאפעליע האט אריינגעברענגט דעם עולם אין א דערהויבענעם שטימונג מיט די ווארעמע און הארציגע  סקולענער ניגונים, בשירה בפה צוליב די ימי בין המצרים.


אנהייב שמחה האט דער בר מצווה בחור געמאכט א סיום מסכתא, און געזאגט דעם  פשעטיל וואו מען האט אריינגעזונגען כנהוג, דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א משמיע געווען דברות קודש לכבוד די שמחה, און דערנאך מכבד געווען זיין ברודער, כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א, אויפצוטרעטן מיט דברי תורה נחמדים מעניני בר מצוה.


דערנאך האט דער רבי שליט"א פארגעזונגען דעם סקולענער ניגון "אודה ה' מאוד בפי" חזן וקהל מיט גרויס דביקות, און דערנאך ווידער אויפגעטרעטן מיט קורצע הארציגע דיבורים ארויסברענגענדיג רגשי לבבו מיט א שבח והודאה צום באשעפער אויף די גרויסע חסדים.


במשך די גאנצע צייט זענען הונדערטער אידן דורכגעגאנגען דעם אויבן-אן אפצוגעבן די ברכת מזל טוב פארן רבי'ן, די בר מצווה בחור, און פארן חותן המלך, איבערהויפט האבן זיך אנגעזען די גרויסע פעטערס, האדמורי"ם מסקולען וויליאמסבורג, סקולען מאנסי, סקולען לעיקוואד, ישועת יעקב סקולען שליט"א, גאב"ד וויטקא, האדמו"ר מסטרעליסק, אבד"ק טאלמיטש און אבד"ק טעטש, אזוי אויך כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבוטושאן שליט"א, און נאך חשובע רבנים.


ביים ענדע האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה, ווי מען האט אפגעגעבן א שבח והודאה להשי"ת שהיגיענו עד הלום, און דער רבי האט מכבד געווען חותנו הגה"צ אבד"ק טערניווא שליט"א מיט ברכת המזון על הכוס.



bottom of page