top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סעודת הילולא רבתי לרגל צווייטע הילולא פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצוק"ל וועט אפגעראכטן ווערן אין וויליאמסבורג

  • לפני 6 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מוצאי שבת פ' שופטים • א' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך חסידי סקולען אפצוצייכענען די צווייטע הילולא פונעם איש צדיק תמים ונשגב, כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצוק"ל בעל ישועות יעקב, וואס געפאלט אויס דעם קומענדיגן דינסטאג, ה' אלול.

דער סקולענער רבי הרה"ק רבי ישעי' יעקב זצ"ל איז געווען נודע בשערים מיט זיין געהויבענע עבודה, וואס האט פארגעשטעלט דעם דמות פון די פריערדיגע צדיקי אמת, במשך די יארן וואס דער רבי איז געשטאנען בראש הנהגת העדה, האבן מאסן אידן זיך געקלאמערט ארום דעם רבי'ן זיך מסתופף צו זיין בצל קדשו, מ'האט אזוי שטארק געהאפט צו קענען נאך לאנגע יארן מיטהאלטן דעם רבי'נס געהויבענע עבודה, אבער מן השמים איז אנדערש באשערט געווען, און מיט צוויי יאר צוריק, ביום ה' אלול תשפ"ד, איז די חסידישע וועלט פאר'יתומ'ט געווארן מיטן הסתלקות לשמי רום פונעם רבי'ן זצוק"ל.

אצינד גרייט מען זיך צו די הילולא קדישא, ווען עס איז ערווארטעט א שטראם פון טויזנטער אידן וואס וועלן פוקד זיין דעם ציון הק' אויפ'ן בית החיים אין מאנסי, נעבן מקום מנוחת אבותיו הק', וואו מען וועט במשך דעם טאג מתפלל זיין און איינרייסן אויף ישועות ורפואות.

באזונדער איז א ריזיגער ציבור ערווארטעט צו די צענטראלע סעודת הילולא וואס וועט אפגעראכטן ווערן מאנטאג נאכט, אור ליום ההילולא, אין די שטאט וויליאמסבורג, אין שפיץ פון די קינדער האדמור"ים וועלכע פירן אן ווייטער דער המשך הנהגה, בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, און בנו כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א אין וויליאמסבורג, וואו אידן זענען ווייטער ממשיך מיטצוהאלטן די ליכטיגע תפילות און געהויבענע טישן מיטן אריגינעלן חן און נוסח פון די צדיקי בית סקולען, וואס שיינט אריין אין אידישע הערצער אויף א געוואלדיגן פארנעם.

די סעודת הילולא וועט פארקומען ווי געזאגט קומענדיגע מאנטאג כי תצא ביינאכט אין די זאל ויואל משה אויף בעדפארד עוו. אין וויליאמסבורג, תפילת מעריב בשעה 9:00 נאכגעפאלגט מיטן סעודת הילולא וואו די אדמור"ים וועלן מעריך זיין את השולחן לכבוד ההילולא, און מען וועט מעלה זיין על נס דרכיו ופעולותיו פונעם צדיק.


תגובות


bottom of page