top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מראחמיסטריווקא וועט באזוכן אין לאנדאן און ניו יארק לרגל צוויי שמחות ביי נאנטע מקורבים

לפני שעה (1)
זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פרשת וישלח • י''ג כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

היינטיגן מאנטאג איז כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א ערווארטעט ארויסצופארן אויף א קורצע נסיעה קיין לאנדאן און ניו יארק, וואו ער וועט באשיינען צוויי שמחות ביי נאנטע מקורבים און תומכי המוסדות.


דער רבי וועט ערשט אנקומען קיין לאנדאן, וואו ער וועט וויילן במשך צוויי טעג מאנטאג און דינסטאג. דעם רבינס אכסניא וועט זיין אין שטוב פון הנגיד ר' דוד סורומפער הי"ו אין די סטעמפארד הילל געגענט. דינסטאג נאכט וועט דער רבי באשיינען די שמחת החתונה פון א זון ביי מקורבו הנגיד החסיד ר' דוד מרגליות הי"ו, און אויפצומארגנס מיטוואך וועט דער רבי ממשיך זיין די נסיעה קיין ניו יארק, צו באשיינען די שמחת החתונה פון א זון ביי מקורבו הנגיד החסיד ר' חיים בנציון פאלגער הי"ו פון מאנסי, און דאנערשטאג איז דער רבי ערווארטעט זיך צוריקצוקערן למעון קדשו אין ירושלים עיה"ק.


אין מאנסי וועט זיך דער רבי שליט"א אויפהאלטן אין די אכסניא בבית מקורבו הנגיד ר' מיכל טויבער הי"ו מחשובי חסידי ראחמיסטריווקא אין שטאט.

תגובות


bottom of page