עהרנפולע אויפנאמע דורך האד' מוויזניץ לכבודו פון יחיאל לאסרי מעיאר פון אשדוד
מאנטאג פרשת וישלח • י''ג כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער
פארלאפענעם וואך איז דער מעיאר פון שטאט אשדוד, יחיאל לאסרי, אריבערגעקומען אויף א באזוך צו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין בני ברק, נאכפאלגנדיג דעם שבת וואס דער רבי שליט"א האט געפראוועט פארלאפענעם שבת פרשת חיי שרה בתוככי ק"ק ישועות משה וויזניץ אין שטאט אשדוד.
דער מעיאר איז געקומען אין באגלייטונג פון שלוחא דרבנן, העסקן הרב אליקים שטארק, און נאך עטליכע מיטגלידער פון דער שטאטראט אין אשדוד. ביים באזוך האט דער רבי שליט"א גאר ווארעם באדאנקט דעם מעיאר פאר זיין הילף און שטיצע מיט די לעגאלע פערמיטן און די פארשידענע נויטיגע ערלויבענישן, צו קענען פארענדיגן די בוי-ארבעט פונעם בית המדרש, נאכדעם וואס מ'האט זיך אנגעשטויסן אין פארשידענע עיכובים מצד די שטאטישע אינסטאנצן.
דערביי האט דער מעיאר פארשפראכן ארויסצוהעלפן אויך מיט די בוי-ארבעט פון די תלמוד תורה און בית חינוך לבנות דחסידי וויזניץ אין אשדוד, ביי וועלכע עס זענען אויך לעצטנס אויפגעקומען פארשידענע פראבלעמען און עיכובים, וואס שטערן דאס פאראויסרוקן די בוי-ארבעט. דער מעיאר האט פארשפראכן צו טון אלעס וואס אין זיינע כוחות צו ערלעדיגן די ענינים על צד היותר טוב.
























תגובות