top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן חסידים האבן מיטגעהאלטן געהויבענע שמחת הנישואין בחצרות קרעטשניף - דזיקוב וויזניץ - מעליץ - דעעש

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 4 דקות

מאנטאג פרשת וישלח • י''ג כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

מיט אומגעהויערע רגשי קודש של שמחה און גרויס דערהויבענקייט האבן מאסן חסידים זוכה געווען מיטצולעבן די גרויסע רבישע חתונה בחצרות הקודש קרעטשניף - דזיקוב וויזניץ - מעליץ - דעעש, וואס איז אפגעראכטן געווארן בקול רינה וצהלה ובהמון חוגג אינעם גרויסן מאחנובקא בעלזא ביהמ"ד אין שטאט בני ברק, מיט די באטייליגונג פון א ריזיגן ציבור חסידים פון די אלע הויפן וואס זענען געקומען מיטהאלטן די שמחה בבית צדיקים.בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה החתן פע"ח הרב מאיר שלום ראזענבוים נכדו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, בן זקונים פונעם רבינס בן הבכור הגה"צ רבי דוד משה ראזענבוים שליט"א אבד"ק קרעטשניף, איידעם פון כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א, עב"ג הכלה תחי' בת קדושים טאכטער פון הרה"צ רבי שלום מאסקאוויטש שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א און איידעם פון כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א.ביים מעמד הקבלת פנים האט מען געזינגען ניגוני התעוררות המיוחסים צו צדיקי בית נדבורנא און קרעטשניף מיט גרויס התעוררות, און עס האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין בדחנא דמלכא הרב יואל פאלאק הי"ו לעורר הלבבות. בשעת די קבלת פנים האט מען איבערגעגעבן פארן קרעטשניפער רבי'ן דעם ספר הקוויטלעך מיט די נעמען פון די תומכים פונעם רבינס צדקה קאסע, וואו דער רבי האט דורכגעליינט יעדן נאמען בפרטות להזכירם לטובה אינעם געהויבענעם עת רצון.


נאכן באדעקן האט דער קרעטשניפער רבי שליט"א אנגעטון די מלבושים פארן חתן, און מען איז ארויס צום מעמד החופה תחת כיפת השמים, ביי וועלכן מען האט א לענגערע צייט געזינגען ניגוני התעוררות. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער זיידע פון חתן כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער פעטער מצד הכלה הגה"צ רבי משה אלעזר מאסקאוויטש אבד"ק תוצאות חיים בראכפעלד, מיט די ברכות ראשונות דער זיידע פון כלה כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א, און מיט ברכה אחריתא דער זיידע פון כלה כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א. נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע מחול לצדיקים, וואס האט יעדן אריינגעצויגן אין א שמחה'דיגע אטמאספערע.


די סעודת החתונה לכל הקהל הקודש איז געווען צוגעגרייט כראוי וכיאות אין אלע שטאקן פונעם בנין, איש על מחנהו ואיש על דגלו, במשך די סעודת החתונה האבן א הערליכע קאפעליע בעלי מנגנים פון חצרות הקודש קרעטשניף און דזיקוב וויזניץ מהנה געווען בשירה וזמרה, אין שפיץ פונעם מנצח על המלאכה הרה"ח ר' פנחס ביכלער און דער בעל מנגן בחצה"ק קרעטשניף הרה"ח ר' משה דב הומינער הי"ו.


 אום 8:30 איז דער קרעטשניפער רבי שליט"א ערשינען צום שמחת החתונה אינעם היכל, וועלכע איז געווען איבערגעפילט מלא על כל גדותיו מיט שווערע הונדערטער חסידים. דער רבי שליט"א איז ענטפאנגען געווארן לקול תרועת הזמר, און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט לעבעדיגע ריקודין פאר לענגערע מינוטן, זייענדיג מעודד די ניגונים בעוז ובתעצומות.


נאכדעם זענען ערשינען די אנדערע זיידעס האדמור"ים שליט"א וואס האבן זיך געוואשן צום סעודת מצוה, און דערנאך איז דער חתן ערשינען, און מען האט ממשיך געווען די ריקודין בשמחת חתן אין צענטער פונעם היכל, וואו די זיידעס מצד הכלה האדמורי"ם שליט"א און די געהויבענע מחותנים האבן אפגעראכטן ריקודי קודש א לענגערע וויילע, דערנאך איז מען אריבער וואונטשן לחיים און מזל טוב ביי די רביים, און פארן בענטשן האט בדחנא דמלכא הרב נפתלי פוקס שליט"א אויסגערופן די דרשה געשאנק, באגלייט מיט דברי בדחנות לכבוד שמחת חתן.


מיטן בענטשן ברכת המזון על הכוס איז מכובד געווארן דער פעטער מצד הכלה הרה"צ רבי מנחם מענדיל פאנעט אב"ד דעעש בית שמש, די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די פעטער'ס כ"ק האדמו"רים מסאסוב און פרמישלאן שליט"א, און מיט ברכה אחריתא הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא מחותן מצד הכלה.


דורכאויס די שמחת החתונה האבן זיך אנגעזעהן פילע אדמו"רים ורבנים וקרובי המשפחה, צווישן זיי כ"ק האדמורי"ם מקארלין סטאלין, וויזניץ, מאחנובקא בעלזא, נדבורנא, דאראג, וויזניץ בית שמש, נדבורנא ירושלים, שומרי אמונים,  זוטשקא, זוטשקא אמסנא, קרעטשניף קרית גת, טרעבישאן, מיאלען, ביטשקוב, לעלוב פון ב"ב, קודינוב, בערגסאז, ביאלא ישרי לב, בית שמואל צבי דספינקא ארה"ק, נעשכיז, שאץ דראהאביטש.


די פעטער'ס האדמורי"ם מסאסוב, פרימישלאן, בישטינא פון פתח תקווה, שאץ, שומרי אמונים אשדוד, זידיטשוב ווערצקי, ראש ישיבת וויזניץ, אב"ד מאור חיים ירושלים, אב"ד מאור חיים צפת,  אב"ד תולדות אהרן טבריה, ראש ישיבת פיטסבורג, אב"ד קארלין סטאלין ביתר, און אזוי אויך הרבנים הגאונים הצדיקים הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא, אב"ד קרית וויזניץ הרה"צ רבי יצחק ישעי' האגער און אב"ד וויזניץ אלעד בני מרן אדמו"ר מוויזניץ, אב"ד סלונים ביתר, ראש ישיבת סלונים, אב"ד סקולען ב"ב, אב"ד ראחמיסטריווקא ב"ב, אב"ד עבודת הלב, בני האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא, הרה"צ רבי אשר ראזנפעלד בנו בכורו פון האדמו"ר מדאראג, הרה"צ רבי אליעזר יצחק דנציגער בנו הגדול פון האדמו"ר מאלכסנדר, און אישי ציבור ר' מאיר פרוש, ר' משה גפני און מעיאר פון רחובות מתן דיל.


נאכן בענטשן האט מען צוגעטרעטן צום הויכפונקט פון די שמחה די געהויבענע מצווה טאנץ, ווען בדחנא דמלכא הרב יואל פאללאק שליט"א האט אויפגערופן צוערשט כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א און דערנאך כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א. איידער דער קרעטשניפער רבי שליט"א האט צוגעטרעטן צום מצווה טאנץ, האט מען א לענגערע צייט געזינגען ניגוני קודש כהכנה דרבה, ווען דער בעל המנגן הרה"ח מאיר אדלער הי"ו אינאיינעם מיט די קאפעליע האבן געזונגען די ניגוני קודש מרן דבשמיא, עיני עמך בם תלויות און תפן אלינו ברחמים, און עס האט געהערשט אן אומבאשרייבליכע התעוררות, דערנאך איז דער רבי שליט"א צוגעטרעטן צו דער עבודת הריקודין, ווען מען האט מחזיר געווען עטרה ליושנה און דער רבי איז געטאנצן אויף דעם ניגון המקובל לבית קרעטשניף בשלהבת אש קודש, בשעת דער ציבור פון אלע זייטן האבן זיך געהויבן בריקודין עילאין, דערנאך איז דער רבי שליט"א געטאנצן מיטן חתן און מיט זיין זון דער קרעטשניפער רב און די בני משפחת המלוכה, און א באזונדערע ריקוד מיט גיסו כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א.


דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א אפגעראכטן די עבודת הריקודין באש להבה, און דערנאך האט דער מחותן דער קרעטשניפער רב שליט"א אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה בעוז ובתעצומות, נאכגעפאלגט מיט ריקודין עילאין מיטן חתן. דערנאך איז געטאנצן דער קרעטשניפער רבי שליט"א מיט בנו דער מחותן דער רב און בני משפחתו, נאכדעם איז געטאנצן דער מחותן אבי הכלה, און צום לעצט דער חתן לפני הכלה. 


עס איז שוין געווען 2:30 פארטאגס ווען מען האט פארענדיגט די שמחה הרוממה, ווען דער ציבור צוגייט זיך מיט רגשי קודש נאכ'ן מיטלעבן די שמחה הגדולה.



תגובות


bottom of page