תושבי וויליאמסבורג מיטגעהאלטן געמיינזאמען שבת בצל האחים כ"ק האדמורי"ם מסקולען וישועת יעקב סקולען שליט"א
- Bechatzros admin
- לפני 17 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' משפטים • כ''א שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלמה ב., JDN
מיט אן התרגשות דקדושה האבן תושבי וויליאמסבורג מיטגעהאלטן דעם ערשטמאליגן געהויבענעם שבת בצל האחים כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א און כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א, וועלכע האבן צוזאמען געפראוועט דעם שבת שירה, אין סקולענער בית המדרש אין וויליאמסבורג. דאס איז געווען א געהויבענע געלעגנהייט פאר די תושבי העיר און געסט פון אומעטום, מיטצוהאלטן די תפלות און עריכת השולחנות וואס די רביים שליט"א האבן אפגעראכטן צוזאמען, בשבת אחים גם יחד.
דער געהויבענער שבת איז אפגעראכטן געווארן לרגל שמחת הבאוורפן פון החתן המופלג הרב שלום מאיר פורטוגאל, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א.
די שמחה האט אויסגערופן נאסטאלגישע געפילן ביי עדת חסידי סקולען פון אלע מקומות, זייענדיג די ערשטע שמחת נישואין פון אן אייניקל בן אחר בן פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל ישועת יעקב מסקולען זצוק"ל, זינט די הסתלקות פונעם רבי'ן זצוק"ל.
דער גאנצער שבת איז אפגעראכטן געווארן אינעם סקולענער בית המדרש אין וויליאמסבורג, א מקום וואס איז שוין איבער א יובל יארן דער תל תלפיות פאר אזויפיל אידן, וועלכע קומען אהין זיך אנצושעפן פון דעם כח הקדושה וואס איז מבצבץ ויוצא מבין כותלי ביהמ״ד, וואס האט איינגעזאפט אין זיך דעם כח הקדושה פון די שלשת הרועים צדיקי בית סקולען, און איז אצינד ווייטער שוקק חיים זינט כ״ק אדמו״ר מישועת יעקב סקולען שליט״א, האט איבערגענומען די כתר ההנהגה אין דעם ביהמ"ד.
אצינד האבן תושבי וויליאמסבורג געהאט די זכי׳ און געלעגענהייט מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצל קדשם פון האחים האדמורי״ם שליט״א, וועלכע האבן געפראוועט דעם שבת צוזאמען בשבת אחים גם יחד, ולהמשיך בדרכי אבוה״ק זצוק״ל באופן נעלה ונשגב.
שבת אינדערפרי פאר קריאת התורה איז פארגעקומען א פייערליכע חגיגת הכנסת ספר תורה, אריינגעגעבן דורך איינער פון די מתפללים אין ביהמ"ד, מו"ה ר' בנימין יצחק ווייס הי"ו. עס איז אריינגעפירט געווארן מיט גרויס עקסטאז לכבודה של תורה, באגלייט מיט די ריקודין פון האחים האדמו"רים שליט"א.
אונטער דער פרייליכער שטימונג איז נמשך געווארן דאס לייענען און די שמחת הבאווארפן און נאך'ן דאווענען די קידושא רבא.
די מיטאג סעודה האבן די בני משפחה און געסט געגעסן אינאיינעם אין זאל פון "ויואל משה", בראשות כ"ק מרנן האחים האדמו"רים שליט"א. שפעטער האבן די רבי'ס שליט"א געפראוועט שלש סעודות מיט גרויס התרוממות הנפש לרגל ימי השובב"ים.
מוצאי שבת איז די שמחה אריבער קיין בורו פארק, וואו ס'איז אפגעראכטן געווארן דער "פארשפיל" בצלו פונעם געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א.


















