top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר וועט פראווען קומענדיגן שבת קרח אין די קעטסקילס מיט תלמידי המתיבתא החדש פון מאנסי

  • לפני 26 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' בהעלותך • י''ח סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

א כוואליע פון פרייד נעמט ארום די הונדערטער תלמידי המתיבתא הקדושה תורה ויראה ד'סאטמאר אין שטאט מאנסי, זיך גרייטנדיג אפצורעכטן א שבת "בצל כנפיך" אינאיינעם מיטן נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע וועט ארויספארן אויף א שבת מיט תלמידיו הנאמנים צווישן די קאנטרי בערג, כשהמלך בשדה.


ווי באקאנט האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מייסד געווען די נייע "מתיבתא תורה ויראה" געאייגנט אלס מקום תורה מיט א ספעציעלער מסגרת פאר די מער עלטערע בחורים יוצאי ישיבה גדולה ד'סאטמאר, נאכן משלים זיין זייערע לימודים, זיי זאלן קענען ווייטער פארבלייבן בהיכל ה' און שטייגן בתורה ועבודת ה' כראוי וכיאות אין אן ערנסטן אטמאספער. דער רבי שליט"א טוט פערזענליך באגלייטן דעם נייעם ישיבה און האלט אן עינא פקיחא אויף די הצלחה פון די בחורים.


אצינד האט דער רבי שליט"א באוויליגט אויפצורעכטן דעם ערשטמאליגן שבת אויסשליסליך מיט די תלמידי הישיבה, און דער גאנצער שבת וועט אי"ה געפראוועט ווערן אויף א פריוואטן פארנעם, וואו דער רבי וועט משפיע זיין פונדערנאנט פאר די טייערע תלמידים כבנים.


דער שבת איז באשטימט געווארן אויף קומענדיגן פרשת קרח, און וועט פארקומען מחוץ לעיר, אין די סאטמארער בחורים קעמפ "מחנה דברי יואל" אין סוואן לעיק וואס איז אויסגעקליבן געווארן אלס פאסיגע אכסניא של שבת, זייענדיג איינגערישט מיט אלע הצטרכיות'ן פארן געהויבענעם שבת, א היכל הביהמ"ד, א חדר אוכל, מקווה טהרה, א דארמאטארי פאר די בחורים, און די דירה און מקוה פרטי מיט וואס דער רבי שליט"א באנוצט זיך אין די זומער וואכן וויילנדיג אין קעמפ מיט די בחורים, אזוי ארום אז די גאנצע שבת מבואו ועד צאתו וועט קענען געפראוועט ווערן בין כותלי המחנה בצילא דמהימנותא עילאה.



bottom of page