top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסע הלוויה פון הרבנית הצדקנית מראחמיסטריווקא ע"ה | חלק ב'

  • לפני יום אחד (1)
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, ניסן ב.,איצי מ.

נאך די גרויסע לוויה פון הרבנית הצדיקת הישישה מראחמיסטריווקא ע"ה אין בארא פארק, איז די מיטה ארויסגעפארן קיין שיכון סקווירא, וואו אלע תושבי השיכון זענען ארויסגעקומען אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר די רעבעצין ע"ה, וועלכע איז געווען פון די סאמע ערשטע תושבים אינעם שטעטל, און באליבטער טאכטער פונעם מייסד העיר הרה"ק מסקווירא זי"ע.


ארום 4:00 נאכמיטאג איז די מיטה אנגעקומען צום שטעטל, וואס איז שוין געווען איבערגעפילט מיט טויזנטער חסידים, אברכי הכוללים, און הונדערטער בחורי הישיבות קטנות דחסידי סקווירא פון מאנסי, וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנטיסעלא, וועלכע זענען אריינגעקומען צו די לוויה כהוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.


צום ערשט איז די מיטה צוגעפירט געווארן צום גאראדזש בביתו נאוה קודש פונעם סקווערער רבי'ן, וואו דער רבי האט זיך דארט געזעגנט בצער רב פון זיין לעצט פארבליבענע שוועסטער די רעבעצין ע"ה.


אנקומענדיג צום רחבת ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, האבן שוין אפגעווארט טויזנטער חסידים, אנשים נשים וטף, אויסגעשטעלט אויף א הפלא'דיגע סדר מיט פארענטשעס און באריקאדן.


 דער סקווירא דיין, הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א האט פארגעזאגט די "קל מלא רחמים" און דער פילקעפיגער ציבור האט דערנאך באגלייט די מיטה דורך די גאסן דזשעפערסאן, וואשינגטאן, לינקאלן און רוזעוועלט ביז צום עק פון שטעטל.


דער מסע הלוויה האט ווייטער ממשיך געווען קיין מאנסי, און ארום 4:45 נאכמיטאג איז די מיטה אנגעקומען פארנט פונעם ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אויף האופעל לעין, וואס שטייט בנשיאות בנה כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, צווישן די מלווים האבן זיך אויך אנגעזען די קינדער פון ת"ת וויזניץ מאנסי וועלכע זענען ארויסגעקומען אפצוגעבן דעם כבוד האחרון.


הרה"ג רבי יהושע העשיל הערשבערג שליט"א, ר"מ בישיבת נועם אלימלך ליזענסק ומרבני הקהילה, האט פארגעזאגט די "קל מלא רחמים", און דערנאך האט מען באגלייט די מיטה ארויף בלאוועלט ראוד, וועסט מעיפל, און סעדל ריווער, אריבערפארנדיג פארנט פונעם ביהמ"ד "בארניב" בנשיאות חתנה כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א. ביי גראוו סטריט האבן באסעס אפגעפירט דעם ריזן ציבור צום בית החיים "הר שלום" אין עירמאונט.


ביים אנקומען צום בית החיים האבן שוין אפגעווארט טויזנטער אידן פון ארום און ארום, ובראשם די קינדער האדמורי"ם שליט"א, די ברודער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, חתנה הגדול כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א, און די פלאמעניקס כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מתולדות מרדכי וויזניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקוווירא שליט"א פון בארא פארק, כ"ק אדמו"ר מסקווירא מאנסי שליט"א, הגה"צ אב"ד זלאטיפאלי שליט"א, און האדמורי"ם מנצח מנחם ספינקא און טריסק טאלנא.


הרה"ג רבי יצחק צבי סופר שליט"א, מרבני ק"ק ראחמיסטריווקא, האט פארגעזאגט די "צידוק הדין", נאכדעם האבן די קינדער האדמורי"ם מראחמיסטריווקא שליט"א און דער ברודער דער סקווירא רבי שליט"א געריסן קריעה כדת וכדין, מען האט אפגעראכטן די "הקפות" כנהוג, און די חברה קדישא האט דורכגעפירט די קבורה בחלקת מחוקק ספון, נעבן איר גרויסן מאן הרה"ק בעל "אמרות טהורות" מראחמיסטריווקא זצוק"ל.


נאך סתימת הגולל האבן די קינדער האדמורי"ם געזאגט קדיש, און דער ציבור איז אריבער מנחם אבל זיין די קינדער האדמורי"ם און דעם ברודער דער סקווערער רבי שליט"א.



bottom of page