קרית וויזניץ לבשה חג: אלפי חסידים ביי שמחת נישואין פון אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א
- 4 ביוני
- זמן קריאה 3 דקות
דאנערשטאג פ' בהעלותך • י''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
מיט אומבאשרייבליכע שמחה און התרוממות עילאה, האבן פילע טויזנטער חסידי וויזניץ נעכטן מיטגעלעבט די חתונה בחצר הקודש, ווען מ'האט זוכה געווען צום "מלך ביפיו תחזינה עינינו", מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער האט מפאר געווען על ראש שמחתו באנפין נהירין, מרישא ועד גמירא, לקול מצהלות אלפי החסידים.
עס איז געגאנגען אונטער די חופה די כלה א טאכטער פון דעם רבינס בן זקונים הגה"צ ר' יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ אלעד, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואד שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרה"צ ר' דוד האלבערשטאם שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ גאב"ד ביליץ שליט"א.
דער רבי שליט"א איז ערשינען צום מעמד הקבלת פנים אין היכל ביהמ"ד הגדול אין די שפעטע נאכמיטאג שעהן, בשעת די קאפעליע און דער גאנצער ציבור האבן געזינגען ווארעמע ניגוני התעוררות פונעם אוצר הטוב לבית וויזניץ.
בשעת די קבלת פנים האט מען איבערגעגעבן אל מול פני הקודש דעם "כוללות קוויטל" פון די תומכי המעמדות, און דער רבי האט מפריש געווען צדקה פאר קופת "להחזיקם ולהחיותם" לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס. בדחנא דמלכא ר' פנחס גרינפעלד הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי חרוזין מעורר צו זיין זכות אבות, און מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן דער פעטער כ"ק אדמו"ר מקאלאשיץ שליט"א, פארן ארויסגיין צום חופה האט מען אנגעטוהן פארן חתן די הייליגע מלבושים פונעם אמרי חיים און פונעם ישועות משה זי"ע.
דערנאך איז מען ארויס צום מעמד החופה תחת כיפת השמים, וואו טויזנטער חסידים האבן מיטגעהאלטן די געהויבענע מאמענטן מיט א געוואלדיגע ערנסטקייט. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער גרויסער זיידע מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א,. מיט קריאת הכתובה דער פעטער הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א. ברכות ראשונות דער זיידע כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואד שליט"א, און מיט ברכה אחריתא דער זיידע הגה"צ גאב"ד ביליץ שליט"א. נאך די חופה האט דער רבי שליט"א משמיע געווען ברכת הקודש פארן גאנצן ציבור, און מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע מחול לצדיקים.
איידער דער רבי איז אריינגעקומען צו די חתונה האט דער משפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב אויפגעפלאמט די הערצער פונעם ציבור מיט זיינע דברי פי חכם חן איבער דעם גודל השעה און דעם עת רצון אויסצופויעלן ישועות ורפואות.
צום באשטימטן צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד לקול תרועת השמחה, און באלד דערנאך איז ערשינען זיין מחותן און ידיד נעורים כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א. דער רבי האט אים אויפגענומען מיט א קענטיגע התרגשות און שמחה, און נאך א קורצע שמועס האבן זיך די רבי'ס ארויסגעלאזט אין א ברודערליכע טאנץ, וואו דער רבי האט אים אנגעכאפט מיט די הענט, זייענדיג א זעלטענעם ערשיינונג נאך איבער א אנדערטהאלבן יאר וואס דער רבי האט נישט געגעבן קיין הענט צוליב זיין מצב הבריאות.
אויך ביים ערשיינונג פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן מיט אים אנכאפנדיג מיט די הענט, און באזונדער האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן מיט ש"ב כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א מיט גרויס שמחה. בין גברא לגברא צווישן די ריקודין האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש.
דורכאויס די חתונה האבן זיך משתתף געווען פילע אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי די פעטערס האדמורי"ם מקרעטשניף ירושלים, וויזניץ בית שמש, טשארנאביל, ראזלא, קאלאשיץ, ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, אב"ד סטריקוב, און האדמורי"ם ממאחנובקא בעלזא, נדבורנא ירושלים, ביאלא בני ברק, שבט הלוי, דעעש ירושלים, אנטניא, לעלוב ירושלים, לייפניק, הרה"צ רבי אהרן מרדי רוקח מבעלזא, הגאון רבי משה שאול קליין, הגאון רבי מנדל פוקס גאב"ד שומרי החומות רמות, און נאך פילע רבנים וועלכע זענען געקומען זיך משתתף זיין אין די גרויסע שמחה.
.
פאר'ן בענטשן האט דער באקאנטער בדחן ר' נפתלי פוקס הי"ו אויסגערופן "דרשה געשאנק", משולב מיט מילתא דבדיחותא לכבוד שמחת חתן וכלה.
מיט בענטשן איז מכובד געווארן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א, און מיט די ברכות זענען מכובד געווארן די קרובי המשפחה, אריינגערעכנט הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא, די פעטערס הרה"צ רבי יצחק דוד און הרה"צ רבי מרדכי דב הלברשטאם שליט"א מגארליץ, און דער פעטער האדמו"ר מראזלא שליט"א. מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א. נאכ'ן בענטשן האט מען צוגעטרעטן צום געהויבענעם מצוה-טאנץ, ווען בדחנא דמלכא ר' פנחס גרינפעלד האט מיט הארציגע גראמען אויפגערופן די זיידעס האדמורי"ם מגארליץ, קאסאן און גאב"ד ביליץ צו די ריקודי קודש.
צום קלימאקס פונעם נאכט איז דער ראש בית אב דער רבי שליט"א צוגעטרעטן צו די עבודת הקודש פון מצוה-טאנץ זיצנדיגערהייט, מיט גרויס התלהבות וואס האט מיטגעשלעפט די טויזנטער חסידים. ווען די קאפעליע האט אנגעהויבן זינגען דעם ניגון "יש בורא עולם", האט זיך דער רבי אינגאנצן צופלאמט און זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט אפיסת הכוחות ממש טראץ זיין שוואכקייט, וואס האט איבערגעלאזט דעם גאנצן ציבור אין א געוואלדיגע התרגשות. דערנאך איז דער רבי געטאנצן אויפ'ן באקאנטן "לעלוב'ער ניגון" מיט גרויס ברען, די שמחה האט זיך געשלאסן מיט די ריקודים פון די מחותנים אבי החתן און אבי הכלה.

























































































































































































תגובות