top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תורה צוה לנו: מעמד התחלת לימוד האותיות בחצר הקודש תולדות אהרן

  • לפני 11 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' בהעלותך • י''ח סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

כמידי שנה בשנה איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן בחצר הקודש תולדות אהרן די מעמד "התחלת לימוד האותיות" פאר אלע ילדי כתה א' פון די חאלאקע יארגאנג אין תלמוד תורה תולדות אהרן אין ירושלים, די מעמד איז פארגעקומען אין גרויסן ביהמ"ד דחסידי תולדות אהרן אין ירושלים בראשות כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וועלכער האט משמיע געווען דברות קודש איבער די גרויסקייט פון לימוד הא' ב' מפי ספרים וסופרים, און דאן אנגעהויבן פארלערנען די א' ב' אינאיינעם מיט די טייערע קינדערליך, זייענדיג א מחזה הוד וואו דער רבי זאגט פאר אות באות און די קינדער זאגן נאך מיט גרויס מתיקות און התלהבות.


דערנאך האט די רבי שליט"א אפגעראכטן א שולחן לחיים און געוואונטשן די ילדי החמד און זייערע עלטערן. דערויף האבן אלע קינדער אינאיינעם געוואונטן א ברכה מיוחדת פארן רועה נאמן דער רבי שליט"א, צו פירן די עדה הקדושה צו לאנגע געזונטע יארן בבריות גופא ונהורא מעליא. צום שלוס פונעם מעמד זענען אלע קינדער דורך מול פני הקודש וואו דער רבי האט כדרכו געבענטשט די צאן קדשים בברכת כהנים אונטער א טלית, דער רבי האט דאן אנגעוואונטשן די צוות הרוחני אינעם תלמוד תורה און מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה ובזמרה.



bottom of page