אמא של מלכות: חסידי ראחמיסטריווקא באוויינען פטירה פון הויכגעשעצטע ראחמיסטריווקא רעבעצין ע"ה
- 1 ביוני
- זמן קריאה 4 דקות
מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

א וואלקן פון טרויער לאזט זיך אצינד אראפ צווישן עדת חסידי ראחמיסטריווקא און סקווירא, מיט די פטירה פון די הויכגעשעצטע אם המלכות, בת קדושים ואשת חבר, הרבנית הצדיקת הישישה מראחמיסטריווקא, מרת מרים טווערסקי ע"ה, מחברתו הטהורה ועזרתו בקודש פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל בעל "אמרות טהורות", און ברתא דמלכא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי יעקב יוסף מסקווירא זי"ע, וועלכע האט יעצט פארמיטאג אויסגעהויכט איר ריינע נשמה אין הויכן עלטער פון דריי-און-ניינציג יאר, אין די מאונט סייני שפיטאל אין מאנהעטן במעמד פון די קינדער און איידעמער האדמורי"ם והרבנים שליט"א, די אייניקלעך, און אור אייניקלעך משפחת המלוכה.
מיט איר פטירה האט זיך געשלאסן א גאלדענע תקופה פון דעם הייליגן דור פון וואס די רעבעצין איז געווען פון די לעצט פארבליבענע צווייגלעך, און מיט איר יחוס עצמה זייענדיג א ביישפיל פון א רעבעצין א צדיקת פונעם פריערדיגן דור, א מעתיקה השמועה וועלכע האט מיט איר גאנצע וועזן פארקערפערט די הייליגע מסורה פון בית ראחמיסטריווקא און סקווירא.
די רעבעצין ע"ה איז געבוירן געווארן כ"ד טבת תרצ"ג אין שטאט קאלאראש אין ראמעניע, אלס דאס דריטע קינד צו איר גרויסן פאטער, הרה"ק מסקווירא זי"ע, וועלכער האט דארט משמש געווען באדמורו"ת פארן קריג. זי האט זוכה געווען נתגדל צו ווערן און אויפוואקסן אויפן שויס פון איר געהויבענעם פאטער, וועלכער האט ווי ברייט באקאנט אריינגעלייגט גאר אסאך כוחות אין די חינוך הבנות, און האט אפגעהיטן די טעכטער כבבת עינו זיי זאלן נישט ארויסגיין צו די גוי'אישע גאס אין ראמעניע, אזוי איז די רעבעצין אויפגעצויגן געווארן בקדושה ובטהרה בדרך המסורה אינאיינעם מיט איר שוועסטער די וויזניצער רעבעצין ע"ה מחברתו הטהורה פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע.
דורכאויס די שווערע מלחמה יארן איז זי אריבער שבעה מדורי גיהנום אינאיינעם מיט איר פאטער דער סקווערער רבי זצ"ל און די משפחה, ביז מען איז מיט ניסי ניסים אנגעקומען קיין אמעריקא אין יאר תש"ח, וואו די סקווערער רבי האט זיך באזעצט קודם אין בארא פארק און דערנאך אין וויליאמסבורג.
בהגיעה לפרקה, האט זי חתונה געהאט מיט איר גרויסן מאן, דער ראחמיסטריווקער רבי זצ"ל, וועלכער האט שוין דעמאלט גע'שמ'ט אלס גדול בתורה און אן עובד השם מנעוריו. די חתונה איז פארגעקומען כ' אדר א' שנת תשי"ד אין די מאנהעטן פלאזא אין ניו יארק, זייענדיג פון די ערשטע גרויסע רבי'שע חתונות על אדמת אמעריקע. ביי די חתונה האבן זיך באטייליגט די צדיקי הדור, ווי הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע, הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און הרה"ק רבי יוחנן מקארלין סטאלין זי"ע.
נאך דער חתונה האט זיך דאס פארפאלק באזעצט אויף בעדפארד עוועניו אין וויליאמסבורג, וואו דער סקווערער רבי האט דעמאלט געוואוינט. אין יאר תשי"ז, ווען איר פאטער דער סקווירער רבי זי"ע האט געגרינדעט דעם שטעטל שיכון סקווירא, זענען זיי געווען פון די ערשטע תושבים זיך אהינצוציען, וואו זי איז פאר לאנגע יארן געשטאנען מיט א מורא'דיגע געטריישאפט לימין בעלה הגדול ווען ער האט געדינט אלס ראש ישיבה און מנהל רוחני.
א באזונדערע קאפיטל פון איר געהויבענעם לעבנס-געשיכטע איז געווען איר דביקות און התקשרות צו אירע הייליגע אבות, און בעיקר צו איר פאטער הרה"ק מסקווירא זי"ע. זי האט ממש געאטעמט יעדע מנהג און מסורה פון בית סקווירא און טשערנאביל, און האט געדענקט גאר אסאך פון דער אלטער היים מיט אן אויסטערלישע קלארקייט.
אין די שפעטער'דיגע יארן איז די רעבעצין ווייטער געבליבן אדוק ומקושר צו איר איינציגע ברודער יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, א קעגנזייטיגע הערצה און הערכה וואס האט ארויסגעשיינט כמים פנים לפנים.
נאך די הסתלקות פון הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא זי"ע בשנת תשמ"ב, ווען איר גרויסער מאן דער רבי זצ"ל איז אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקום אבותיו, האבן זיי זיך אריבערגעצויגן קיין בארא פארק וואו דער רבי זצ"ל האט אויפגעבויעט דעם הייליגן ראחמיסטריווקא ווינקל, וואו פיל עובדי ה' און מבקשים האבן געשפירט דעם אמת'ן טעם פון טשערנאביל פון אמאל, מיט דעם אמאליגן חן און גלאנץ, און צו דעם אלעם איז די רעבעצין צוגעשטאנען מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט.
די רעבעצין ע"ה איז געווען א אשה צדקנית, א בעלת השגה אויף וועמען מען האט דערקענט דעם געהויבענעם יחוס וואס זי האט ארויפגעצויגן. זי איז געווען א סימבאל פון אן אשת חבר, צושטייענדיג מיט א זעלטענעם געטריישאפט לימין בעלה הגדול דער ראחמיסטריווקא רבי זצ"ל במשך אלע יארן, אז ער זאל האבן די מעגליכקייט אנצוגיין מיט זיין עבודת הקודש אן קיין שטער. טראצדעם וואס דער רבי איז געווען א מנהיג פאר טויזנטער חסידים, האט די רעבעצין זיך ווייטער אויפגעפירט מיט א זעלטענע באשיידנקייט אן קיין שום גינוני כבוד. איר שטוב איז שטענדיג געווען אפן פאר יעדן צובראכענעם איד, און ווען אידן פלעגן אריינקומען צום רבי'ן, האט זי מיט איר טיפן פארשטאנד אויפגעמערקט אויב א איד איז באזארגט אדער געפינט זיך אין א עת צרה, זי פלעגט ארויסקומען זאגן א גוט ווארט, בארואיגן די געמיטער און פרובירן צו העלפן מיט וואס זי האט נאר געקענט.
אין די לעצטערע יארן האט די רעבעצין ע"ה מיטגעמאכט שווערע יסורים, וואס זי האט מקבל געווען באהבה ובאמונה, בפרט מיט נאנט צו דריי יאר צוריק כ"ט אב תשפ"ג מיט די פטירה פון איר גרויסן מאן דער רבי זצ"ל, א קלאפ וואס האט שווער געטראפן די רעבעצין. באזונדער האט זי ליידער באגלייט דריי פון אירע דריי קינדער למנוחות, נאך בשנת תשנ"ב מיט די טראגישע פטירה פון בנה הגדול הרה"צ רבי מרדכי טווערסקי זצ"ל, און אין די לעצטע צוויי יאר האט זי פארלוירן איר גרויסע טעכטער הרבנית צפורה ע"ה אשת חבר כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א, און הרבנית פייגא שפרה ע"ה אשת חבר כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א.
אין די לעצטע יארן האט זיך איר געזונט-צושטאנד שטארק פארערגערט מיט כסדרדיגע עליות און ירידות אין איר מצב, אבער זי האט ווייטער ממשיך געווען מיט איר לעבנס שטייגער און עבודת השם מיט א געוואלדיגע אמונה, און ווייטער איבערגעגעבן די מסורת אבות לכל דורש ומבקש, ביז היינט צופרי ווען זי האט צוריקגעגעבן איר ריינע נשמה ליוצרה במעמד בני המשפחה הרוממה, וועלכע האבן זיך שווער געזעגענט פון די "אם הבנים שמחה" וואס האט זוכה געווען טאקע לראות עולמה בחייה, א הערליכע דור ישרים מבורך בנין וחתנין רבנן, גדולי תורה וחסידות וועלכע באלייכטן די וועלט.
די גרויסע קינדער כ"ק האדמורי"ם מראחמיסטריווקא שליט"א פון בארא פארק, לעיקוואד, מאנסי, וויליאמסבורג, לינדען, אוקענוויין, די איידעמער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א, הרה"צ רבי מנחם נחום טווערסקי שליט"א בן הרה"צ רבי יהושע העשיל זצ"ל, הרה"צ רבי מרדכי טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א , און הרה"צ רבי מרדכי אהרן טווערסקי שליט"א בן הרה"צ רבי מנחם נחום זצ"ל. ווי אויך פילע אייניקלעך און אור-אייניקלעך, שלשים רבעים וגם חמישים, אדמורי"ם רבנים ודיינים חסידים ואנשי מעשה וועלכע גייען אין אירע וועגן בדרך בית אבותיה הקדושים לשם ולתפארת.
תהא נשמתה צרורה בצרור החיים.

