top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן תושבי ירושלים מיטגעהאלטן געהויבענעם שבת בצל כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א

  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד ארזני

המוני תושבי ירושלים עיה"ק האבן זיך דעם שבת געווארעמט בצל הקודש פונעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, מפארי הרבנים אין ניו יארק, וועלכע איז ווי ברייט באריכטעט אנגעקומען צוגאסט קיין ארצינו הקדושה און האט געפראוועט אלע תפלות און טישן אויף א גרויסארטיגן פארנעם אין די אור החיים זאל אויף רחוב עזרא אין ירושלים.


אויף שבת זענען געקומען צופארן פילע געסט פון אמעריקא און אזוי אויך האבן מיטגעהאלטן די בחורים יוצאי ישיבת סערדאהעלי וואס לערנען אין די ישיבות אין ארץ ישראל, וועם די רבי האט ארויסגעוויזן א חיבה יתירה דורכאויס שבת.


צו מנחה ערב שבת און קבלת שבת איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד און פארגעדאווענט בקול חוצב להבות אש כדרכו בקודש. נאכן דאווענען איז א ריזן ציבור אריבער גוט שבת זאגן א לענגערע צייט וואו דער רבי האט יעדן צוריק געוואונטשן במאור פניו.


צו די באשטימטע צייט איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור, אנגעהויבן 'שלום עליכם' ווען בלויז די זמירות פאר קידוש האט זיך פארצויגן קרוב צו א שעה צייט, זייענדיג א זעלטענע מחזה הוד ווי דער רבי זאגט די זמירות מיט בכיות און השתפכות הנפש.


במשך דעם טיש האט דער רבי מכבד געווען די נכבדי העדה און די חשובע רבנים ביים טיש מיט די זמירות שבת. מיט ברכת המזון איז מכבד געווארן הגה"צ רבי אהרן שפירא שליט"א, גאב"ד פרדס כ"ץ, וואס איז ספעציעל געקומען מיטהאלטן דעם שבת. נאכן בענטשן איז פארגעקומען דער פירות טיש, און מען האט ממשיך געווען די שירות ותשבחות ביז נאך דריי אזייגער אויפדערנאכט.


שוין ארום 8:30, שבת אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית. בעת קריאת התורה איז דער רבי'ס עליה פון כהן פארקויפט געווארן פאר א גרויסע סכום געלט להוצאות השבת. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א גרויסארטיגער קידושא רבא און דערנאך איז פארגעקומען דער מיטאג טיש, וואו דער רבי שליט"א האט געגעסן די סעודת שבת אינאיינעם מיט אלע געסט און די בחורים.


דער קלימאקס פונעם שבת איז געווען די הייליגע שעה'ן בעת רעוא דרעווין. דער טיש האט זיך געצויגן לענגערע שעות נאכאנאנד מיט ווארעמע ניגוני דביקות און התעוררות ביז שפעט ביינאכט, ווען אינצווישן האט דער רבי שליט"א געזאגט תורה באגלייט מיט דברי כיבושין העכער א שעה צייט, און מען האט מסיים געווען אין א שפעטע שעה נאך צוועלף אזייגער ביינאכט.



bottom of page