top of page
ניו דזשערזי: האחים האדמור"ים מסערדאהעלי און וויען ביים יערליכן ווייץ שניט לקראת חג הפסח תשפ"ז
דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן זונטאג זענען די ברידער כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א און כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א אינאיינעם אראפגעפארן קיין ניו דזשערזי, וואו מען האט כמדי שנה בשנה געשניטן די ווייץ פאר'ן געברויך פון די מצות אויף חג הפסח תשפ"ז הבעל"ט. נאכמיטאג זענען די ברידער האדמורי"ם אנגעקומען אויפ'ן פעלד, במקום שאין גשמים מצויים, און א לענגערע וויילע עוסק געווען במצוה בטרחא דגברא רבא. עס האט נאכגעפאלגט מיט א שיינע מסיבת לחיים, ביי וועלכן די רבי'ס האבן אויס


האד' מסערדאהעלי באזוכט בבתי האדמור"ים אין ארצינו הקדושה | בילדער גאלעריע
מיטוואך פ' שלח • כ''ה סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן - אמ''ש דורכאויס דעם באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א אין ארה"ק האט דער רבי שליט"א אויסגענוצט די געלעגנהייט צו באזוכן בבתי האדמור"ים וגדולי ישראל וואו עס איז פארצויגן געווארן הערליכע שמועסן דברי תורה וסיפורי צדיקים. אינצווישן אנדערע האט דער רבי באזוכט ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, האדמור"ים מבעלזא, תולדות אברהם יצחק, און נאך. אויך זענען ארויפגעקומען צום רבי'ן האדמור"ים מתולדו


וְאֶת עֲפָרָהּ יְחֹנֵנוּ: האד' מסערדאהעלי איז מתפלל ביי די מקומות הקדושים אין ארץ ישראל
זונטאג פ' שלח • כ''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש דורכאויס די לענגערע באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א אין ארצינו הקדושה האט דער רבי אויסגענוצט די געלעגנהייט צו מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים אין ירושלים ומחוצה לה. מיטוואך אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אנגעקומען בראש קהל חסידיו אויפ'ן הר המנוחות, צום עליה לקברה פון אמה של מלכות הרבנית הצדקנית מסאמבאטהעלי ע"ה, וואו די רבי שליט"א האט מיט טרערן אין די אויגן דערמאנט די מסירות נפש פון זיין מוטער וואס האט אים מיט די אייגענע הענ


מאסן תושבי ירושלים מיטגעהאלטן געהויבענעם שבת בצל כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א
מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד ארזני המוני תושבי ירושלים עיה"ק האבן זיך דעם שבת געווארעמט בצל הקודש פונעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, מפארי הרבנים אין ניו יארק, וועלכע איז ווי ברייט באריכטעט אנגעקומען צוגאסט קיין ארצינו הקדושה און האט געפראוועט אלע תפלות און טישן אויף א גרויסארטיגן פארנעם אין די אור החיים זאל אויף רחוב עזרא אין ירושלים. אויף שבת זענען געקומען צופארן פילע געסט פון אמעריקא און אזוי אויך האבן מיטגעהאלטן די בחורים י


bottom of page
