הכנות צו מעמד "שחיטת כבש הפדיון" דורך האד' מסערדאהעלי אויסגעלייזט ביים מעמד "פטר חמור" פון האד' מסאטמאר
- Bechatzros admin
- 6 באוג׳
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 6 באוג׳
מיטוואך פ' ואתחנן • י''ב אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

מארגן דאנערשטאג וועט פארקומען אן אייגנארטיגער מעמד השחיטה אין מחנה סערדעהאלי, אין מאנטיסעלא ניו יארק, בראשות הכהן הגדול מאחיו, כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, וועמענס פריוואטע כבש וועט גע'שחט'ן ווערן לעיני קהל עם רב, און אויפ'ן פלאץ ווערן כשר געמאכט בתכלית ההידור.
דער כבש האט דער סערדאהעלי רבי שליט"א באקומען אלס מתנת ידו מידי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ביים גרויסארטיגן מעמד "פדיון פטר חמור" דעם פארגאנגענעם חול המועד פסח, במעמד אלפי ישראל אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל, וואו דער סאטמארער רבי שליט"א האט אויסגעלייזט צוויי בכורי חמורים, מיט צוויי שעפסן, מיט וואס ער האט מכבד געווען די צוויי כהנים חשובים בישראל, כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי, און הגה"צ רבי בנציון שטראסער אב"ד נייטרא בארא פארק.
דער נייטרא רב האט שוין דורכגעפירט א מהודר'דיגע שחיטה אויף זיין כבש, נאך אין חול המועד, און אצינד, וועט דער סערדאהעלי רב מקיים זיין די מצוות השחיטה, ברוב עם הדרת מלך, מיט'ן השתתפות פון אלע תלמידים בישיבתו הרמה, וואס וועלן מיטהאלטן לעבעדיג דעם מעמד השחיטה און די אלע הלכות פון שחיטה און ניקור ובדיקת אברים וואס וועט ווערן קלאר אויסגעשמוסט און געצייגט בכל פרטי' ודקדוק', און אויב עס וועט ארויסקומען כשר, וועט עס עולה זיין על שלחן מלכים פונעם רבי'ן שליט"א דעם קומענדיגן יו"ט סוכות תשפ"ו הבאה לקראתינו לשלום.

תגובות