top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א נעמט אונטער נסיעה קיין ארצינו הקדושה

  • 24 במאי
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' נשא ב' • ח' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

דאס יהדות החרדית אין ארץ ישראל גרייט זיך מיט התרגשות מקבל צו זיין פני כבודו פונעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, וועלכער נעמט אונטער א נסיעה קיין ארה"ק, וואו ער וועט זיך אויפהאלטן במשך די קומענדיגע טעג, און פראווען דעם געהויבענעם שבת נשא - בהעלותך אין ארה"ק אין ירושלים עיה"ק.


דער רבי שליט"א קומט צו פארן קיין ארה"ק, כדי מתפלל צו זיין אויפ'ן ציון פון אמו הרבנית הצדקנית ע"ה, אשת חבר כ"ק הגה"צ אבד"ק סאמבאטהעלי זצ''ל פון וויליאמסבורג, טאכטער פון הגה"צ רבי חיים יודא (לייב) דייטש זצ"ל דומ"ץ מאקאווא, וועמענס נאמען דער רבי שליט"א טראגט.


זייענדיג נאך א צייט אפשניט פון עטליכע יאר וואס דער רבי שליט"א איז נישט געווען ביי איר ציון אויפן הר המנוחות, נעמט דער רבי שליט"א אונטער די נסיעה קיין ארה"ק, אריינצוכאפן איידער עס גייען דורך זיבן יאר וואס דער רבי שליט"א איז נישט געווען ביים ציון, כמנהגן של ישראל אז נאך זיבן יאר וואס מען איז נישט געווען ביים ציון פון עלטערן, גייט מען מער נישט אהין.


קומענדיגן מאנטאג אינדערפרי נאך'ן דאווענען וועט אפגעראכטן ווערן א שולחן לחיים ומסיבת פרידה איידער דער רבי שליט"א לאזט זיך ארויס אין וועג אריין, און וועט אי"ה אנקומען קיין ארה"ק דינסטאג אינדערפרי.


תפלת שחרית וועט דער רבי שליט"א דאווענען אין תל אביב בביתו נאוה קודש פון הרה"ק מבעלזא זי"ע, און שפעטער וועט דער רבי שליט"א צוגיין צום הר הצופים אין ירושלים, צו זען דעם מקום המקדש, און קריעה רייסן כדת וכהלכה.


מיטוואך איבער'ן טאג וועט דער רבי שליט"א פוקד זיין מקום מנוחת אמו הרבנית ע"ה אויפ'ן הר המנוחות, און דאנערשטאג אינדערפרי גלייך נאך תפלת שחרית וועט דער רבי שליט"א צוזאמען מיט'ן ציבור זיך ארויסלאזן אויפ'ן וועג קיין גליל, פוקד צו זיין די ציונים הק' אין טבריה, צפת, און שפעטער אין אתרא קדישא מירון, וואו דער רבי שליט"א וועט נאך'ן פוקד זיין דעם ציון הק' פראווען א שולחן לחיים.


אויף שבת וועט דער רבי שליט"א וויילן אין ירושלים צוזאמען מיט עדת תלמידיו וחסידיו. אין די נאכפאלגענדע טעג וועט דער רבי שליט"א פוקד זיין די קברי צדיקים, צווישן זיי ביים קבר רחל אמנו, ביים מערכת המכפלה אין חברון ביים ציון פונעם אור החיים הק' זי"ע און פון הרה"ק מבעלזא זצוק"ל.


מיטוואך בהעלותך (שלח אין ארה"ק) וועט דער רבי שליט"א פראווען א מסיבת לחיים לרגל דעם יארצייט טאג פון אחיו הגה"צ רבי שלמה זלמן כ"ץ זצ"ל אבד"ק תולדות אהרן – וויליאמסבורג.


דאנערשטאג אינדערפרי וועט דער רבי שליט"א זיך ארויסלאזן אין וועג אריין צוריק קיין ניו יארק, און אויפדערנאכט נאך תפלת מעריב וועט אפגעראכטן ווערן א מסיבת קבלת פנים לכבודו פון רבי'ן שליט"א.

תגובות


bottom of page