מעמד קשר מחזיקים דינער השנתי לטובת ישיבת סערדאהעלי בנשיאותו הרמה פון האד' מסערדאהעלי
- Bechatzros admin
- לפני 5 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' ויגש • ה' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי
דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש פרשת וישב - ליל ערב חנוכה האבן חסידי סערדאהעלי, הורי ויוצאי הישיבה, ידידים ותומכים, ובראשם אדמורי"ם ורבנים, זיך אינאיינעם צוזאמגענומען ביים יערליכן דינער "קשר מחזיקים" לטובת די סערדאהעלי ישיבה, די מעמד איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אין די ליפשיץ זאלן אין שטאט בארא פארק.
די באקאנטער יושב ראש הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו האט געדינט אלס יושב המעמד און האט געעפענט די מסיבה מיט פאסיגע דיבורים.
בכבוד הראוי האט מען ענטפאנגען האדמו"ר מסערדאהעלי ביים ערשיינען אין זאל מפאר צו זיין בראש המעמד, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די אדמו''רים ורבנים אויפ'ן אויבנאן, און מען האט תיכף צוגעטראטן צום התעוררות'דיגן מעמד "ירידת השפע - אמירת ויתן לך", ווען די רבי האט גערעדט קורצע דברי הקדמה איבער דעם גרויסן כח פון אמירת ויתן לך בציבור, און דערביי אנגעהויבן ויתן לך אויפן אלטן נוסח המקובל נאך פונעם גאלאנטא רב זי"ע, און דער גאנצע עולם האט מיטגעזאגט מיט גרויס התעוררות.
דערנאך האט דער יושב ראש אויפגערופן דער מנהל הישיבה הגה"צ ר' אהרן זלמן יונגרייז שליט"א דעם רבינס איידעם, וואס האט איבערגעגעבן א לעבעדיגע גרוס בין כותלי הישיבה, ווי די קרוב צו צוויי הונדערט תלמידי הישיבה שטייגן בתורה ויראת שמים תחת נשיאתו והדרכתו פונעם רבי'ן, וואס טוט משפיע זיין אויף א טאג טעגליגן פארנעם אויף די תלמידים הקרויים בנים.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער געטרייע מנהל הישיבה הרה"ח ר' יהושע יואל קריינדלער הי"ו וואס האט איבערגעגעבן א דעטאלירטע באריכט מטעם הנהלת הישיבה מיט די ווייטערדיגע פלענער פון הרחבת גבולי הקדושה, און די בודזשעט וואס מ'האט אריינגעטרויטן אין שנת תשפ"ו.
דערנאך האט אויפגעטראטן דער בארימטער מגיד מישרים הרה"ג ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט"א וואס האט געהאלטן געשפאנט מיט א העכסט אינטערסאנטע דרשה, מתובל מראשונים ואחרונים איבער די גרויסקייט פון החזקת התורה.
צום הויכפונקט פונעם נאכט האט מען געהאט די זכיה צו הערן די משא המעמד, פונעם ראש הישיבה כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט''א וואס האט משמיע געווען דברות קודש, געבויעט אויף די מסורה פון די דריי פסוקים הרימותי בחור, הרימותי ידי, הרימותי קולי, אז די ישיבה איז ב"ה אויסגעשטיגן צו א מקום תורה ווי יעדע בחור שטייגט מעלות רמות, און דאס קען נאר אנהאלטן ווייטער דורך די חשובע נדיבים בעם די מחזיקי תורה וואס האלטן דאס אונטער, און צוגענדיגט מיט ווארימע ברכות הקודש פאר די אלע תומכים ומסייעים.
דערנאך האבן די נגידי ותומכי המוסדות זיך געשלענגעלט אין די שורות א לענגערע צייט איבערצוגעבן די שטר שותפות קשר מחזיקים מיט די סכומים אדירים ווי די רבי שליט"א האט יעדע געוואונטשן ברכת קדשו במאור פניו און פארטיילט א מתנת קודש כאות הוקרה, ליכט צינדערס וואס אנטהאלט פון די שיירי הנרות פון ליל יום הקדוש, און פונעם שמש ליכט מיט וואס דער רבי האט זיך באנוצט די לעצטע יאר חנוכה.
דורכאויס די דינער האט זיך אנגעזען די השתתפות פון פילצאליגע אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי האדמורי"ם מסקולען, ווערדאן, ראפשיץ, אוסטילא, און הרבנים הגאונים מברעזנא, סאטמאר 15, דומ"ץ סאטמאר ב"פ, ברעזאן, נעפלעמיץ, דומ"ץ פאפא ב"פ, אב''ד מראה יחזקאל, ר''י מונקאטש ובן האדמו"ר ממונקאטש, אב''ד תולדות אהרן ב"פ, אב''ד חליסא, אב''ד מאגרוב, אב''ד פאלטישאן, אב''ד סאדאוונא, אב''ד קאלוב, אב''ד תולדות אהרן וומ"ס, אב''ד דזשיבוי, אב''ד קאזעווע, אב''ד קשאנוב, אב''ד ראדמישלא, ר"י שערי יושר און נאך.







































